אַן אַלטער ייִדישער בית־עולם — אין געפֿאַר

Polish Town May Turn Jewish Cemetery Into Apartment Complex

פֿון ייִט״אַ

Published November 27, 2014, issue of December 19, 2014.

דער טויער פֿונעם ייִדישן בית־עולם אין גראָדזיסק־מאַזאָוויעצקי
Wiki Commons
דער טויער פֿונעם ייִדישן בית־עולם אין גראָדזיסק־מאַזאָוויעצקי

די שטאָטישע אַדמיניסטראַציע פֿון גראָדזיסק־מאַזאָוויעצקי, אַ שטעטל אין מיזרח־פּוילן, האָט אויסגעאַרבעט אַ פּלאַן, לויט וועלכן אַ היסטאָרישער ייִדישער בית־עולם וועט פֿאַרוואַנדלט ווערן אין אַ קאָמפּלעקס פֿון וווין־הײַזער מיט אַן אונטערערדישן פּאַרקירונג־פּלאַץ. מאָנטיק, דעם 24סטן נאָוועמבער, האָט מען אינעם שטאָטישן ראַט דורכגעפֿירט אַן אָפֿנטלעכע דיסקוסיע פֿונעם פּלאַן.

די ייִדישע קהילה אין וואַרשע און אַן אָרטיקער אַקטיוויסט, ראָבערט אַווגוסטיניאַק, האָבן פּראָטעסטירט קעגן דעם בוי־פּראָיעקט. דער מעיאָר, גזשעגאָזש בענעדיקצינסקי, האָט אָפּגעלייגט די פֿאַרווירקלעכונג פֿונעם פּלאַן, כּדי אויסצוגעפֿינען די גענויע גרענעצן פֿונעם היסטאָרישן בית־עולם.

נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה, איז דער ייִדישער בית־עולם אין גראָדזיסק צעטיילט געוואָרן אויף צוויי סעקציעס. אויף אַ קליינעם טייל איז ווײַטער געבליבן דער בית־הקבֿרות, און דעם גרויסן טייל האָט געקויפֿט דער קאָאָפּעראַטיוו „סאַמאָפּאָמאָץ‟. הײַנט, געפֿינט זיך דאָרטן אַ פּריוואַטע פֿירמע, וואָס האַנדלט מיט מעטאַל־ברוך. אַן אַלטער טויער פֿונעם 19טן יאָרהונדערט, מיט אַן אויפֿשריפֿט אויף העברעיִש, דערמאָנט, אַז דער דאָזיקער שטח געהערט צו אַ היסטאָרישן ייִדישן בית־עולם.

אַווגוסטיניאַק, אַליין נישט קיין ייִד, האָט דערקלערט דער ייִט״אַ, אַז בעת דער דיסקוסיע אינעם שטאָטישן ראַט, האָט ער געוויזן די מאַפּעס פֿון די יאָרן 1927 און 1934, וווּ עס ווערט קלאָר געוויזן, אַז פֿאַר דער מלחמה איז דער בית־עולם געווען אַ סך גרעסער, ווי איצט. ס׳זעט אויס, אַז די שטאָטישע אַדמיניסטראַציע האָט וועגן דעם נישט געוווּסט. דער אַקטיוויסט האָפֿט, אַז נאָכן באַקענען זיך מיט דער דאָזיקער אינפֿאָרמאַציע, וועט די מוניציפּאַליטעט אָפּשאַפֿן דעם בויערײַ־פּלאַן.

די ייִדישע קהילה אין וואַרשע איז אויך אויפֿגעטראָטן קעגן דעם פּראָיעקט, און קלײַבט זיך צו בעטן די שטאָטישע אינסטאַנץ, וואָס האַלט אַן אויג אויף די היסטאָרישע דענקמעלער, צו רעגיסטרירן דעם גאַנצן פֿאַרמלחמהדיקן שטח פֿונעם בית־עולם ווי אַ פֿאַרטיידיקטע היסטאָרישע געגנט. בענעדיקצינסקי האָט איבערגעגעבן דער ייִט״אַ, אַז אַ דאַנק די נײַ־אַנטדעקטע פֿאַקטן, האָט ער באַשלאָסן אָפּצולייגן די בויערײַ. דער מעיאָר האָט באַדאַנקט די נײַעס־אַגענטור פֿאַרן אַרויסווײַזן אַן אינטערעס צו דעם ענין און צוגעזאָגט, אַז זײַן אַדמיניסטראַציע וועט נעמען אין אַכט די ייִדישע געשיכטע פֿונעם שטעטל. בענעדיקצינסקי האָט אויך געבעטן די וואַרשעווער קהילה צו העלפֿן מיט גענויע ידיעות וועגן דעם היסטאָרישן שטח פֿונעם בית־עולם.

פּיאָטר קאַלדטשיק, דער פּרעזידענט בײַם „פֿאַראיין פֿון ייִדישע קהילות אין פּוילן‟, האָט זיך באַקלאָגט, אַז אין פֿאַרגלײַך מיט דער אַמאָליקער גרויסער ייִדישער באַפֿעלקערונג אינעם לאַנד, וווינען הײַנט אין פּוילן בלויז אַ קליינע צאָל ייִדן, וואָס זענען נישט בכּוח צו פֿירן אַן אויפֿזיכט איבער אַלע ענינים, וואָס קומען פֿאָר אין שײַכות מיט די אַלטע שילן, בתּי־קבֿרות און אַנדערע היסטאָרישע ייִדישער ערטער אין פֿאַרשיידענע שטעטלעך. קאַדלטשיק האָט אָפּגעשאַצט די טעטיקייט פֿון אַזעלכע אַקטיוויסטן, ווי אַווגוסטיניאַק, און האָט באַדאַנקט דעם מעיאָר פֿון גראָדזיסק־מאַזאָוויעצקי פֿאַרן גיכן אָפּרוף און קאָאָפּעראַציע מיט די ייִדן.