ידיעות פֿון מעלבורן

News From Melbourne

פֿון שרה זילבערמאַן

Published December 01, 2014, issue of December 19, 2014.

קאַנדידאַטן מאַכן לעצטע צוזאָגן צו ייִדישע װײלער

פֿאָרשטײער פֿון די לײבאָר־ און ליבעראַלע פּאַרטײען האָבן דערמאָנט די ייִדישע װײלער, אויף װיפֿל זײ שטיצן אונטער מדינת־ישׂראל, און אױף װיפֿל זײ װעלן אונטערשטיצן די בודזשעטן פֿון לאָקאַלע ייִדישע אינסטיטוציעס, טאָמער געװינען זײ די שטאַטישע װאַלן אין װיקטאָריע.

אַנטיסעמיטישער אָנפֿאַל אױף אַ פֿיר־יעריק ייִנגעלע אין נײַ־זילאַנד

אַ יונגערמאַן האָט געגעבן אַ פֿיר־יעריק ייִדיש ייִנגעלע אַ פֿראַסק אין קאָפּ אױף דער גאַס אין דער שטאָט אָקלענד, אײדער דער אָנפֿאַלער האָט געלאַכט און איז דערנאָך אַנטלאָפֿן אין אַן אױטאָמאָביל מיט זײַנע פֿרײַנד. דאָס ייִנגעלע האָט געטראָגן אַ יאַרמלקע און ציצות, בעת ער איז געגאַנגען אױף דער גאַס מיט דער משפּחה. די פּאָליצײ און די מוטער פֿונעם קינד מײנען, אַז דער אָנפֿאַל איז געשען צוליב דעם, װאָס דאָס ייִנגעלע איז געװען ייִדישלעך געקלײדט.

ניצה לאָווענשטיין, די דיקטאָרין פֿון דער פּראָגראַם אויף עבֿרית
ניצה לאָווענשטיין, די דיקטאָרין פֿון דער פּראָגראַם אויף עבֿרית

ייִדישע און העברעיִשע ראַדיאָ־אױדיציעס גייען ווײַטער

נישט געקוקט אויף דעם, װאָס די פֿעדעראַלע רעגירונג האָט געשניטן די בודזשעטן פֿון אירע ראַדיאָ־ און טעלעװיזיע־סטאַנציעס מיט אַ שװערער האַנט, װעלן די צײַטן, געװידמעט דער ייִדישער און העברעיִשער ראַדיאָ־אױדיציעס אױף דער ספּעציעלער ראַדיאָ־דינסט נישט געשניטן װערן. זינט זײערע צײַטן זײַנען שטאַרק געשניטן געװאָרן מיט אַ פּאָר יאָר צוריק, הערן די אױסטראַלישע ייִדן אַ 15־מינוטיקע אױדיציע פֿון מדינת־ישׂראל אױף ייִדיש און לאָקאַלע אױדיציעס אין העברעיִש, און ענגליש, װעלכע דױערן בסך־הכּל צװײ שעה יעדן זונטיק אין דער פֿרי. די לאָקאַלע אױדיציע אין ייִדיש איז אין גאַנצן אָפּגעשטעלט געװאָרן. פֿאָרשטײער פֿון לאָקאַלע קהילה־אָרגאַניזאַציעס האָבן באַדאַנקט די אָנפֿירערשאַפֿט פֿון דער ספּעציעלער ראַדיאָ־דינסט פֿאַר נישט שנײַדן װידער די שעהען פֿון די ייִדישע אױדיציעס.

לאָקאַלע ראַבײַס האָבן גערופֿן רעגירונגען צו באַטראַכטן ענדערונגען פֿון קלימאַט

די לאָקאַלע ראַבײַס, ראַבײַ שושנה קאַמינסקי, ראַבײַ יונתן קערען־בלעק און ראַבײַ דזשעפֿרי קאַמינס, זײַנען געװען צװישן די ייִדישע, קריסטלעכע, מוסולמענישע, בודישע, הינדישע און אַבאָריגענער גײַסטלעכע, װעלכע האָבן געפֿאָדערט, אַז די רעגירונגען, װעלכע האָבן אָנטײלגענומען אינעם פֿאָריקן צונױפֿטרעף פֿון די 20 לענדער מיט די גרעסטע עקאָנאָמיעס, װאָס איז פֿאָרגעקומען אין אױסטראַליע מיט געצײלטע װאָכן צוריק, זאָלן באַטראַכטן די ענדערונגען פֿונעם קלימאַט, װעלכע קומען לעצטנס פֿאָר.

דער פּרעזידענט פֿונעם ייִדישן קהילה־ראַט פֿון װיקטאָריע פּענסיאָנירט

דער אַדװאָקאַט נינע באַסאַט, װאָס האָט געדינט די פֿאָריקע דרײַ יאָר װי דער פּרעזידענט פֿונעם ייִדישן קהילה־ראַט פֿון װיקטאָריע, האָט באַגריסט דעם נײַעם פּרעזידענט פֿון דער אָרגאַניזאַציע, דזשעניפֿער הופּערט, בײַ איר לעצטער זיצונג װי דער פּרעזידענט פֿונעם ראַט.

דער פֿאָרזיצער פֿון דער מולטי־קולטורעלער קאָמיסיע פֿון װיקטאָריע האָט באַגריסט באַסאַטן פֿאַר איר טבֿע אױסצושטרעקן די האַנט צו פֿאָרשטײער פֿון אַנדערע עטנישע גרופּעס אין װיקטאָריע, און צו פֿאָרשטײער פֿון אַנדערע גלױבנס, זאָגנדיק, אַז דאָס האָט פֿאַרשטאַרקט דאָס פֿאַרשטענדעניש צװישן די גרופּעס. דער איסלאַמישער ראַט פֿון װיקטאָריע האָט אױך באַגריסט איר אַרבעט, אין אײנעם מיט דער װיקטאָרישער קאָמיסיע פֿאַר גלײַכע מעגלעכקײטן און מענטשן־רעכט, און פֿיל לאָקאַלע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס.

אינפֿאָרמאַציע ווערט געזוכט וועגן סעקסועלער באַלעסטיקונג קעגן ייִדישע קינדער

די קיניגלעכע קאָמיסיע אױסצופֿאָרשן װי אַזױ אינסטיטוציעס האָבן רעאַגירט אױף סעקסועלע מיסברױכן קעגן קינדער, אַ פֿעדעראַלע אינסטאַנץ, האָט גערופֿן אַ רײ ייִדישע יחידים און אינסטיטוציעס אין די שטאַטן װיקטאָריע און ניו־סאַוט װײלס, צװישן זײ — די חב”ד־ישיבֿות אין מעלבורן און אין סידנעי, — איר איבערצוגעבן די רעלעװאַנטע אינפֿאָרמאַציע און דאָקומענטן, כּדי איר צו העלפֿן אַנטדעקן נײַע פֿאַלן פֿון סעקסועלע מיסברױכן קעגן קינדער. דערװײַל איז קײנער נישט אײַנגעלאַדן געװאָרן פֿאַר דער קאָמיסיע װי אַן עדות.

הרבֿ מאיר־שלמה קלוגאַנט, דער פּרעזידענט פֿונעם אױסטראַלישן ועד־הרבנים, האָט אױסגעדריקט די מײנונג, אַז די אָנגײענדיקע אױספֿאָרשונג װעט זײַן גוט פֿאַר די, װעלכע האָבן געליטן סעקלסועלע מיסברױכן; און אַז זי װעט אױך זײַן גוט פֿאַר דער לאָקאַלער ייִדישער קהילה בכלל. דרײַ זײַנען שױן פֿאַרמישפּט געװאָרן פֿאַר באַגײן אַזעלכע מיסברױכן קעגן קינדער אין אױסטראַלישע ייִדישע אינסטיטוציעס. אײנער פֿון זײ, אַן אַמעריקאַנער בירגער, װאָס איז שױן אָפּגעזעסן זײַן צײַט, איז צוריקגעשיקט געװאָרן קײן אַמעריקע.

די ידיעות פֿון מעלבורן, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.