אילת: ווייניקער טוריסטן — מער צרות

In Eilat, Tourism Decline Drives Economic Woes

וואָלונטירן העלפֿן די קבצנים אין אַן אילתער גאָרקיך
וואָלונטירן העלפֿן די קבצנים אין אַן אילתער גאָרקיך

פֿון בען סיילז (ייִט״אַ)

Published December 02, 2014, issue of December 19, 2014.

צילי גראָסמאַן זאָגט, אַז זי האָט געהאָלפֿן צו לייזן סאָציאַלע פֿראַגעס „יעדן צווייטן האָטעל‟ אין אילת. פֿריִער, האָט זי געאַרבעט בײַם ראָש־העיר ווי אַן עצה־געבערין אין פּרעסע־ענינים. ווי אַ טייל פֿון איר אַרבעט, האָט זי כּסדר באַזוכט פֿאַרשיידענע פֿעסטיוואַלן, טעאַטערס, מיניגאָלף־פֿעלדער און אַנדערע ערטער, וואָס ציִען צו טוריסטן אין דער פּאָפּולערער ישׂראלדיקער קוראָרט־שטאָט. שפּעטער, האָט זי אויסגעקליבן אַן אַנדער קאַריערע און געעפֿנט אַ מאָדע־סאַלאָן אינעם צענטראַלן ראַיאָן פֿון אילת.

הײַנט אָבער, זיצט גראָסמאַן אין אַ קליינעם ביוראָ פֿון אַ ראַדיאָ־סטאַנציע און הערט זיך צו צו די בקשות פֿון אָרעמע־לײַט, זײַענדיק די אויספֿיר־דירעקטאָרין פֿון דער קליינער חסד־אָרגאַניזאַציע „אילת גיט (Eilat Gives)‟, וואָס זי האָט געגרינדעט אינעם יאָר 2000. מיטן יערלעכן בודזשעט פֿון 650,000 דאָלאַר, באַזאָרגט די אָרגאַניזאַציע די שטאָטישע קבצנים מיט שפּײַז און רפֿואות.

גראָסמאַן, זײַענדיק דעמאָלט די בעל־הביתטע פֿון אַ קליידער־געשעפֿט נישט ווײַט פֿונעם אילתער צענטער, האָט אַמאָל דערזען אויף דער גאַס אַ קראַנקן מאַן, וועלכער איז געלעגן בײַם אַרײַנגאַנג פֿון איר קראָם. זי האָט זיך פֿאַרבונדן מיט דער מוניציפּאַליטעט; איידער די שטאָטישע באַאַמטע זענען געקומען צו הילף, איז דער קראַנקער אָרעמאַן געשטאָרבן. זינט דעמאָלט, האָט זי באַשלאָסן צו פֿאַרנעמען זיך מיט חסד־ענינים.

אין פֿאַרגלײַכן מיט ירושלים, וווּ עס גייען איצט אָן אומאָנגענעמע פּאָליטישע אומרוען, אָדער מיטן רוישיקן תּל־אָבֿיבֿ, איז אילת אַ שטילער קוראָרט. די אָרטיקע תּושבֿים זענען אָבער לאַוו־דווקא צופֿרידן מיט זייער עקאָנאָמישן מצבֿ. אַדרבה, אַ טייל פֿון זיי פֿאָרן אַוועק פֿון דאָרטן צוליב די שוועריקייטן מיט פּרנסה. לויט דער נײַעס־אַגענטור Ynet, האָבן 8 פּראָצענט פֿון די אילתער פֿאַרלאָזט די שטאָט אינעם יאָר 2011.

לעצטנס, האָט די שטאָט אָנגעהויבן פֿאַרלירן איר אַמאָליקע פּאָפּולאַריטעט צווישן די טוריסטן. דאָס שפּיגלט זיך אָפּ אויפֿן לעבן פֿון די אָרטיקע 5,000 שטענדיקע אײַנוווינער. צוליב די ביליקע אַוויאַ־בילעטן פֿון תּל־אָבֿיבֿ קיין אייראָפּע, קלײַבן אַ סך ישׂראלים אויס אויך אַנדערע וואַקאַציע־ערטער. אורן צדוק, דער איינציקער רענטגען־טעכניקער אין דער שטאָט, האָט דערקלערט, אַז אילת איז אַ מין „גרויסער קיבוץ‟, וווּ אַלע תּושבֿים קענען איינער דעם צווייטן. ווען עמעצער שטאַרבט, קומען אַ טויזנט מענטשן אויף דער לוויה. דער יונגער דור איז אָבער נישט צופֿרידן מיטן פּראָווינציעלן לעבנס־שטייגער, וווינענדיק אין אַ שטעטל, וואָס געפֿינט זיך אין פֿינף שעה פֿון תּל־אָבֿיבֿ און ירושלים. אין פֿאַרגלײַך מיט די דאָזיקע גרויסע שטעט, איז אין אילת שווער צו געפֿינען אַן אַרבעט אָדער באַקומען אַ גוטע בילדונג. אילת איז הײַנט פֿול מיט אָרעמע ישׂראלים און אימיגראַנטן פֿון סודאַן און עריטרעע. גראָסמאַן האָט דערציילט, אַז יעדן טאָג איז זי פֿאַרנומען מיט פֿאַרשיידענע בקשות פֿון די אָרטיקע קבצנים. צוליב דעם, וואָס די שטאָטישע עקאָנאָמיע איז באַגרינדעט אויף טוריזם, לײַדן די אילתער פֿון דער פֿאַלנדיקער צאָל געסט.

די מוניציפּאַליטעט פּלאַנירט אויפֿצושטעלן אין אילת אַ גרויסן אינטערנאַציאָנאַלן עראָפּאָרט און אַ גיכע באַן־ליניע, ווי אויך צו פֿאַרברייטערן דעם פּאָרט. די אָרטיקע תּושבֿים באַציִען זיך אָבער סקעפּטיש צו אַזעלכע פּלענער. אַלאָנאַ יוסף, וועלכע פֿירט אָן מיט דער גאָרקיך פֿון גראָסמאַנס אָרגאַניזאַציע, האָט באַמערקט, אַז די אילתער פֿילן זיך ווי „פֿיש אין וואַסער‟ און ווילן נישט אַוועקפֿאָרן, הגם דער מצבֿ ווערט לעצטנס אַלץ שווערער; אַלץ מער מענטשן הונגערן און גרינבלען זיך אין די מיסט־קאַסטנס. יוסף האָט געטענהט, אַז די טוריסטן ווייסן נאָר וועגן די שיינע האָטעלן און קוראָרטן, און נישט וועגן דער אָרעמשאַפֿט פֿון די אָרטיקע תּושבֿים.