נתניהו באַזײַטיקט רעגירונג־מיניסטאָרן לפּיד און ליבֿני

Netanyahu Fires Government Ministers Lapid and Livni

די ישׂראלדיקע יוסטיץ־מיניסטאָרין ציפּי ליבֿני און פּרעמיער בנימין נתניהו, בעת אַ באַערונג־צערעמאָניע פֿאַר אַקטיוויסטן קעגן מענטשן־האַנדל, דעם 2סטן דעצעמבער, אין ירושלים
Getty Images
די ישׂראלדיקע יוסטיץ־מיניסטאָרין ציפּי ליבֿני און פּרעמיער בנימין נתניהו, בעת אַ באַערונג־צערעמאָניע פֿאַר אַקטיוויסטן קעגן מענטשן־האַנדל, דעם 2סטן דעצעמבער, אין ירושלים

פֿון ייִט״אַ

Published December 02, 2014, issue of December 19, 2014.

ירושלים. — דער ישׂראלדיקער פּרעמיער בנימין נתניהו האָט דינסטיק אין אָוונט אָפּגעזאָגט דעם פֿינאַנץ־מיניסטער יאיר לפּיד און די יוסטיץ־מיניסטאָרין ציפּי ליבֿני. די באַזײַטיקונגען זענען געקומען נאָכן וואַקסנדיקן ריס אין דער רעגירונג־קאָאַליציע, וואָס האָט שוין געגעבן אָנצוהערן, אַז די רעגירונג וועט אין גיכן זיך צעפֿאַלן, און מע וועט דאַרפֿן דורכפֿירן פֿריִע וואַלן.

נתניהו האָט געהייסן דעם קאַבינעט־סעקרעטאַר אַבֿיחי מענדלבליט צו שיקן דעמיסיאָניר־בריוו צו לפּיד, וועלכער פֿירט אָן מיט דער צענטריסטישער פּאַרטיי „יש עתיד‟, און ליבֿני, די אָנפֿירערין פֿון „התּנועה‟. ביידע פּאַרטייען זענען אַ טייל פֿון דער רעגירונג־קאָאַליציע, און „יש עתיד‟ האָט דווקא די העכסטע צאָל ערטער אין כּנסת.

„במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע פּאָר וואָכן, האָבן די מיניסטאָרן לפּיד און ליבֿני שאַרף קריטיקירט די רעגירונג וואָס איך פֿיר,‟ האָט נתניהו דערקלערט. „איך וועל מער נישט טאָלערירן אַן אָפּאָזיציע אין מײַן אייגענער רעגירונג. איך וועל נישט טאָלערירן מיניסטאָרן פֿון מײַן אייגענער רעגירונג, וועלכע אַטאַקירן סײַ די פּאָליטיק, סײַ דעם הויפּט פֿון דער רעגירונג.‟ פֿיר אַנדערע מיניסטאָרן פֿון „יש עתיד‟ וועלן נישט אָפּגעזאָגט ווערן פֿון זייערע פּאָסטנס, האָט איבערגעגעבן דער קאַנאַל 2.

מאָנטיק אויף דער נאַכט האָבן נתניהו, וועלכער פֿירט אָן מיט „ליכּוד‟, און לפּיד געפּרוּווט פֿאַרלאַטען דעם ריס אין דער קאָאַליציע, אָבער די פֿאַרהאַנדלונגען זענען נישט מצליח געווען. ביידע צדדים האָבן דערקלערט, אַז מע וועט מוזן רופֿן פֿריִע וואַלן.

נאָך דער זיצונג האָט לפּיד באַמערקט, אַז נתניהו האָט געפֿאָדערט בײַ אים „אוממעגלעכע‟ באַדינגונגען, און דערפֿאַר טראָגט נתניהו אַליין דאָס אַחריות פֿאַר די פֿריִע וואַלן. לכתּחילה האָבן די וואַלן געזאָלט דורכגעפֿירט ווערן אין נאָוועמבער 2017; איצט וועלן זיי מסתּמא פֿאָרקומען אין מאַרץ אָדער אַפּריל. אַ געזעץ־פּראָיעקט וואָס אַנולירט די איצטיקע כּנסת, וועט מסתּמא אָנגענומען ווערן מיטוואָך.