פּאָלאַרד האָט זיך אָפּגעזאָגט פֿון אַן אַנטלויף־פּלאַן

Jonathan Pollard Rejected Escape Plan

יונתן פּאָלאַרד
Getty Images
יונתן פּאָלאַרד

פֿון ייִט״אַ

Published December 03, 2014, issue of December 19, 2014.

רפֿי איתן, אַ געוועזענער אַגענט פֿון „מוסד‟, האָט איבערגעגעבן, אַז דער ישׂראלדיקער שפּיאָן יונתן פּאָלאַרד האָט געהאַט אַ געלעגנהייט צו אַנטלויפֿן פֿון דער אַמעריקאַנער פּאָליציי. אַנשטאָט דעם, האָט ער אָבער געוואָלט באַקומען אַ פּאָליטישן מיקלט בײַ דער ישׂראלדיקער אַמבאַסאַדע אין וואַשינגטאָן.

איתן, איצט אַ 88־יאָריקער מאַן, האָט צום ערשטן מאָל דערציילט די פּרטים וועגן זײַן מיטאַרבעט מיט פּאָלאַרד, אַ געוועזענער אַנאַליטיקער פֿונעם אַמעריקאַנער מיליטערישן פֿלאָט, וועלכער איז פֿאַרמישפּט געוואָרן צו אַ לעבנס־לאַנגן תּסיפֿה־טערמין אינעם יאָר 1987 פֿאַרן שפּיאָנאַזש לטובֿת ישׂראל. מאָנטיק, דעם 1טן דעצעמבער, האָט דער געוועזענער אַגענט איבערגעגעבן די פּרטים אין אַ שמועס מיטן טעלעוויזיע־זשורנאַל „עובֿדה‟ („פֿאַקטן‟) אויפֿן ישׂראלדיקן צווייטן קאַנאַל.

ווען איתן איז געווויר געוואָרן אויפֿן טעלעפֿאָן, אַז פּאָלאַרד האָט זיך אָפּגעזאָגט פֿונעם אַנטלויף־פּלאַן, לויט וועלכן מע וואָלט געקאָנט אים אַרויסשמוגלען קיין ישׂראל, און זיך באַוויזן בײַ דער טיר פֿון דער אַמבאַסאַדע, האָט זײַן אַגענט געהייסן אים „אַרויסצוּוואַרפֿן‟, כּדי נישט קאַליע צו מאַכן די באַציִונגען צווישן ישׂראל און די פֿאַראייניקטע שטאַטן, וועלכע זענען דעמאָלט שוין געווען אָנגעשטרענגט. איתן האָט באַטאָנט, אַז ווי באַלד די ישׂראלדיקע אַמבאַסאַדע וואָלט נישט געקאָנט אים באַשיצן, האָט ער פֿאַרשטאַנען, אַז פּאָלאַרד האָט מיט זײַן אויפֿפֿירונג אַליין אויסגעקליבן זײַן גורל און וועט אײַנגעזעצט ווערן. דער געוועזענער „מוסד‟־אַגענט האָט צוגעגעבן, אַז ער האָט נישט קיין חרטה פֿאַר זײַן אָפּזאָג.

איתן האָט אויך דערקלערט, אַז ער איז נישט געווען אַ פּשוטער אַגענט, ווי דער ברייטער עולם האָט פֿריִער געמיינט. לויט זײַנע ווערטער, האָבן יצחק ראַבין און שמעון פּערעס, ווען זיי האָבן געדינט ווי פּרעמיער־מיניסטאָרן, ביידע געוווּסט וועגן זײַן מיטאַרבעט מיט פּאָלאַרדן. כּדי אָנצוהאַלטן און פֿאַרבעסערן די באַציִונגען מיט וואַשינגטאָן, האָט איתן געמוזט נעמען דאָס אַחריות פֿאַרן איבערגעגעבן דעם שפּיאָן פֿאַקטיש אין די הענט פֿון דער פּאָיליציי. נישט לאַנג צוריק האָט מען איבערגעגעבן, אַז אין אויגוסט האָט מען אָפּגעזאָגט פּאָלאַרדס ערשטע בקשה אַרויסצולאָזן אים אויף ערנוואָרט. שוין 19 יאָר האָט ער געמעגט זיך ווענדן מיט אַזאַ בקשה, אָבער ביז איצט האָט ער עס נישט געטאָן, האָפֿנדיק אויף אַ פֿולער פּרעזידענט־אַמניסטיע. די טורמע־אַדמיניסטראַציע האָט געזאָגט, אַז אינעם קומענדיקן יאָר וועט מען ווידער באַטראַכטן דעם ענין.