בעלגיע וועט אָנערקענען „פּאַלעסטינע‟

Belgium Supports Recognizing Palestine

Getty Images

פֿון ייִט״אַ

Published December 04, 2014, issue of December 19, 2014.

די פּאַרטייען, וואָס רעפּרעזענטירן די בעלגישע רעגירונג האָבן באַשלאָסן צו אָנערקענען די פּאַלעסטינער מדינה, האָט מיטוואָך איבערגעגעבן די צײַטונג „לע סואַר‟.

די פֿיר פּאַרטייען האָבן בדעה איבערצוגעבן דעם פּאַרלאַמענט דעם פֿאָרשלאָג, וואָס וועט מסתּמא אָנגענומען ווערן, און וואָס די רעגירונג וועט במילא דורכפֿירן. דער פֿאָרשלאָג גיט נישט אָן קיין בפֿירושע דאַטע פֿון דער אָנערקענונג, אָבער בלויז, אַז די באַשטעטיקונג וועט פֿאָרקומען „אין דער פּאַסיקער צײַט‟.

אויב די בעלגישע רעגירונג וועט טאַקע אָנערקענען די פּאַלעסטינער מדינה, וועט זי ווערן די צווייטע אין אייראָפּע דאָס צו טאָן. די שוועדישע רעגירונג האָט אָנערקענט אַ פּאַלעסטינער מלוכה אין אָקטאָבער.

דינסטיק האָט דאָס אונטערשטע הויז פֿונעם פֿראַנצייזישן פּאַרלאַמענט אָנגענומען אַ סימבאָלישן פֿאָרשלאָג, 339 קעגן 151, וואָס „מוטיקט די פֿראַנצייזישע רעגירונג אויסצוניצן דאָס אָנערקענען די פּאַלעסטינער מלוכה ווי אַ מיטל צו דערפֿירן צו אַ זיכערער לייזונג פֿונען קאָנפֿליקט‟. דער פֿאָרשלאָג האָט אויך באַטאָנט, אַז ירושלים דאַרף ווערן די בשותּפֿותדיקע קרוינשטאָט פֿון ישׂראל און דער צוקונפֿטיקער פּאַלעסטינער מדינה.

דער אויסערן־מיניסטער לאָראַן פֿאַביוס האָט שוין באַטאָנט, אַז זײַן רעגירונג וועט נישט ענדערן איר שטעלונג, און וועט בלויז אָנערקענען אַ פּאַלעסטינער מדינה נאָך דעם ווי די פּאַלעסטינער און ישׂראלדיקע פֿאַרמיטלער וועלן עס אָננעמען בעת באַנײַטע שלום־פֿאַרהאַנדלונגען.

אַ טייל ייִדישע אָרגאַניזאַציעס האָבן קריטיקירט די אָפּשטימונג, טענהנדיק, אַז אַזאַ שריט קאָן אויפֿהעצן נאָך מער אַנטיסעמיטיזם אין לאַנד.

דער פֿראַנצייזישער סענאַט דאַרף שטימען פֿאַר אַן ענלעכן פֿאָרשלאָג דעם 11טן דעצעמבער, וואָס וועט אויך זײַן אַ סימבאָלישער. דעם פֿאַרגאַנגענעם חודש האָט דאָס נידעריקע הויז פֿונעם בריטישן פּאַרלאַמענט און דאָס אייבערשטע הויז פֿונעם אירלענדישן ביידע אָנגענומען ענלעכע סימבאָלישע פֿאָרשלאָגן.