די „פֿאָקלסבינע‟ באַקומט אַן אויסצייכענונג

Folksbiene Receives Award

פֿון אַריה קאַגאַן

Published December 04, 2014, issue of December 19, 2014.

פֿון רעכטס: ברײַנע וואַסערמאַן, זלמן מלאָטעק און דער רעוויזאָר פֿון ניו־יאָרק, סקאָט סטרינגער; בײַם צוטיילן דער „פֿאָלקסבינע‟ די אויסצייכענונג
Arkadiy Yagudaev
פֿון רעכטס: ברײַנע וואַסערמאַן, זלמן מלאָטעק און דער רעוויזאָר פֿון ניו־יאָרק, סקאָט סטרינגער; בײַם צוטיילן דער „פֿאָלקסבינע‟ די אויסצייכענונג

דער רעוויזאָר פֿון ניו־יאָרק, סקאָט סטרינגער, אַ געטרײַער פֿרײַנד פֿון מדינת־ישׂראל און דער שטאָטישער ייִדישער קהילה, האָט אויף דעם אָוונט, לכּבֿוד דער ייִדישער קולטור־ירושה, אויסגעדריקט זײַן אָנערקענונג אַ ריי ייִדישע טוער און אינסטיטוציעס; צווישן זײ אויך — דעם ייִדישן טעאַטער „פֿאָלקסבינע‟.

פֿאַר אַן עולם פֿון 400 מענטשן האָט סטרינגער באַטאָנט דעם וויכטיקן בײַטראָג, וואָס דער ייִדישער טעאַטער ברענגט אַרײַן אין דער ייִדישער קולטור. געגרינדעט אין 1915 וועט דער טעאַטער פֿײַערן איבעראַיאָר זײַן 100סטן יוביליי. „ער איז געוואָרן אַ סימבאָל פֿון שיינקייט און אוניקאַלקייט פֿון ייִדישער טעאַטראַלער קונסט פֿאַר אַ סך דורות ייִדן אין ניו־יאָרק‟ — האָט סטרינגער באַטאָנט.

די „פֿאָלקסבינע‟ פֿירט יעדעס יאָר דורך פֿאַרשיידענע אונטערנעמונגען: קאָנצערטן, ליטעראַרישע לייענונגען און טרעפֿונגען; בסך־הכּל, 10 טויזנט מענטשן אַ יאָר פֿון פֿאַרשיידענעם עלטער און סאָציאַלן סטאַטוס.

הײַנט בלײַבט די „פֿאָלקסבינע‟ איינער פֿון די פֿיר גרעסטע ייִדישע טעאַטערס אין דער וועלט. די באַלוינונג האָט סטרינגער איבערגעגעבן זלמן מלאָטעקן, דער קינסטלערישער דירעקטאָר פֿונעם טעאַטער, און ברײַנע וואַסערמאַן, עקזעקוטיוו־דירעקטאָרין. ביידע האָבן זיי באַדאַנקט דעם שטאָט־רעוויזאָר פֿאַר זײַן הויכער אָפּשאַצונג פֿון דער טעאַטער־טעטיקייט, און פֿאַרבעטן אַלע צו באַזוכן די פֿאָרשטעלונגען פֿונעם טעאַטער.

אינעם זעלבן אָוונט האָבן באַקומען די אויסצייכענונגען דער רבֿ דזשאָזעף פּאָטאַשניק; בעטי ערענבערג, דירעקטאָרין פֿונעם צפֿון־אַמעריקאַנער אָפּטייל בײַם אַלוועלטלעכן ייִדישן קאָנגרעס, און הרבֿ בן־ציון לאַסקין.

סטרינגער האָט אַלעמען באַגריסט מיטן קומענדיקן יום־טובֿ חנוכּה, און די שׂימחה האָט זיך פֿאַרענדיקט מיט אַן אימפּראָוויזירטן קאָנצערט, באַטעמט מיט געשמאַקע מאכלים.