ידיעות פֿון מאָסקווע

News from Moscow

פֿון אלכּסנדרה פּאָליאַן

Published December 03, 2014, issue of December 19, 2014.

ייִדישע פֿאַרלאַגן אויפֿן יערלעכן ביכער־יריד

די הויפּט־געשעעניש אינעם מאָסקווער קולטורעלן לעבן די וואָך וואָלט איך אָנגערופֿן דעם יערלעכן ביכער־יריד „נאָן־פֿיקשן‟. און כאָטש אויפֿן יריד האָט מען פֿאַרקויפֿט בלויז פּאַפּירענע ביכער, און מע לייענט שוין מער עלעקטראָנישע, איז דער עולם, וואָס האָט באַזוכט דעם יריד, געווען גרויס. צום מערסטן האָט מען געקויפֿט ביכער פֿאַר קינדער; אין דעם סעגמענט פֿונעם ביכער־מאַרק איז פּאַפּיר נאָך ניט פֿאַרביטן געוואָרן אויף „פּי-די-עף‟ און „אי־פּאָב‟.

אויפֿן יריד זײַנען רעפּרעזענטירט געוואָרן אַלע ייִדישע פֿאַרלאַגן, וואָס אַרבעטן אין רוסלאַנד: „קניזשניקי‟, „גשרים‟, „דאָס הויז פֿונעם ייִדישן בוך‟ און דער פֿאַרלאַג בײַ דער ישׂראל־אַמבאַסאַדע.

אין דער רשימה פֿון 100 פּאָפּולערסטע ביכער אויפֿן יריד זענען אויך געווען 4 ביכער פֿון ייִדישע פֿאַרלאַגן: אַ נײַע אויסגאַבע פֿון „טבֿיה דער מילכיקער‟ אין דער רוסישער איבערזעצונג; דער אַטלאַס פֿון ייִדישער געשיכטע פֿון „קניזשניקי‟; די רוסישע איבערזעצונג פֿון „מכּבי־בוך‟, און ראָמאַן טימענטשיקס בוך וועגן אַנאַ אַכמאַטאָוואַ אין די 1960ער, וואָס „גשרים‟ האָט אַרויסגעגעבן.

אין די ראַמען פֿונעם יריד האָט מען פֿאָרגעשטעלט אַ שפּיל, וואָס באַזירט זיך אויף איינעם פֿון די נײַע קינדער־ביכער, וואָס איז אַרויס אין „קניזשניקי‟ — אויף דער רוסישער איבערזעצונג פֿון רינת הופרס ביכל „איילת מטיילת‟.

דער פּראָיעקט „אשכּולות‟ האָט דורכגעפֿירט אַ מין „קאַמענטאַר־טרעפֿונג‟, וווּ עטלעכע פֿאָרשער און ליטעראַטור־קריטיקער האָבן געהאַלטן קורצע רעפֿעראַטן — אייגנטלעך, קאָמענטאַרן אויף דער טעמע „געשיכטע פֿון איין מאָרד — קין און הבֿל‟. מע האָט גערעדט וועגן מעשׂה־קין והבֿל אין תּנ”כישע קאָמענטאַרן, אין מדרשים, אין דער קולטור פֿון מיטל־אַלטער או.אַ.וו.

אויסשטעלונג פֿונעם ייִדישן אַוואַנגאַרד־מאָלער

אין מוזיי פֿון מיזרחדיקער קונסט האָט זיך נאָר וואָס פֿאַרמאַכט די אויסשטעלונג פֿון אַבֿרהם מאָנאָסזאָן — אַ ייִדישער סאָוועטישער אַוואַנגאַרדיסטישער קינסטלער. אינעם מוזיי זענען אויסגעשטעלט געוואָרן זײַנע ציקלען „דער חורבן‟, „זכרונות פֿון שטעטל‟, „קאָמונאַלע מאָסקווע‟, בילדער מיט תּנ”כישע סוזשעטן.

אין סאַנקט־פּעטערבורג איז פֿאָרגעקומען אַ סוף־וואָך־קאָנפֿערענץ „לימוד‟, אין וועלכער עס האָבן אָנטייל גענומען איבער 350 מענטשן. צווישן די געסט פֿון דער קאָנפֿערענץ זענען געווען: די ישׂראלדיקע אַקטריסע לאה קעניג, רוסישער זשורנאַליסט סערגיי פּאַרכאָמענקאָ און דער געוועזענער אַסיר־ציון יוסף מענדעלעוויטש.

אַ טרעפֿונג מיטן שרײַבער פֿעליקס קאַנדעל

דער ישׂראלדיקער קולטור־צענטער בײַ דער אַמבאַסאַדע האָט אָרגאַניזירט אַ באַגעגעניש מיט פֿעליקס קאַנדעלן, דער טוער פֿון סאָוועטישער קולטור און אַסירי־ציון, היסטאָריקער און שרײַבער. אין ראַטן־פֿאַרבאַנד איז ער געווען באַרימט, קודם־כּל, צוליב דעם סצענאַר צו קאַרטון־פֿילמען. אין 1977 האָט ער עולה געווען, און זינט דעמאָלט שרײַבט ער אין גרונט פּאָפּולערע היסטאָרישע ביכער. דאָס מאָל האָט ער פֿאָרגעשטעלט זײַנע נײַע ביכער „ייִדן פֿון רוסלאַנד: צײַטן און געשעענישן‟, „נישט צו פֿאַרזינדיקן‟ און „עס איז אַן אַלטער ייִד געגאַנגען אויף אַ נײַער אַרבאַט”.

לעוו שלאָסבערג — „בירגער פֿון יאָר‟

לעוו שלאָסבערג
לעוו שלאָסבערג

און די לעצטע ידיעה פֿאַר הײַנט. אַ נאָמינאַנט אויף דער פּרעמיע „דער בירגער פֿון יאָר‟ איז דערקלערט געוואָרן לעוו שלאָסבערג — אַ פּאָליטיקער, פֿאָרשטייער פֿון דער דעמאָקראַטישער פּאַרטיי „יאַבלאָקאָ‟, דער הויפּט־רעדאַקטאָר פֿון דער צײַטונג „פּסקאָווער גובערניע‟. ער האָט זיך באַרימט געמאַכט אין אויגוסט 2014, ווען ער האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אַ מאַטעריאַל וועגן רוסישע סאָלדאַטן, וואָס זײַנען געשיקט געוואָרן קיין דאָנבאַס, אוקראַיִנע, און האָט געפֿאָדערט פֿון דער רוסלענדישער מיליטער־פּראָקוראַטור צו געפֿינען די שולדיקע און צו מישפּטן זיי.

די פּרעמיע ווערט צוגעטיילט צו די מענטשן, וואָס זייער בירגערלעכער אויפֿטו האָט געהאָלפֿן צו פֿאַרבעסערן דאָס לעבן פֿון דער געזעלשאַפֿט און איז געוואָרן אַ מוסטער פֿאַר אַ סך אַנדערע.

די ידיעות פֿון מאָסקווע, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.