די אינפֿלאַציע קאָן העלפֿן די ישׂראלדיקע פֿירמעס

Plunging Shekel Could Boost Israel Economy

Getty Images

פֿון סטיווען שיר און טובֿה כּהן (רויטערס)

Published December 05, 2014, issue of January 02, 2015.

דער פֿאַנאַנדערפֿאַל פֿון דער ישׂראלדיקער רעגירונג וועט האַלטן די אינוועסטאָרן אַנגסטיק ביז די נײַע וואַלן, וואָס וועלן פֿאָרקומען אין מאַרץ. נאָך דער מלחמה אין עזה, וועלכע איז אָנגעגאַנגען אין יולי־אויגוסט, האָט ישׂראל שוין געליטן פֿון אַן עקאָנאָמישער מפּלה, בפֿרט וואָס שייך דער טוריסטישער אינדוסטריע. די צרות מיט דער רעגירונג וועלן צוגעגעבן אַ נײַעם קלאַפּ.

פֿונדעסטוועגן, נישט געקוקט אויף דער עקאָנאָמישער און פּאָליטישער מהומה, קאָן מען באַמערקן צוויי וויכטיקע מאָמענטן, וואָס קאָנען גורם זײַן אַ פּאָזיטיטיוון עפֿעקט אויף דער ישׂראלדיקער עקאָנאָמיע: די גיכע אינפֿלאַציע פֿונעם שקל און דער אָפּגעלייגטער בודזשעט אויפֿן יאָר 2015, וועלכער וועט צווינגען די ישׂראלים צו שפּאָרן מער געלט.

במשך פֿון אַ סך יאָר, האָט דער צענטראַלער באַנק זיך געזאָרגט וועגן דעם צו הויכן פּרײַז פֿונעם שקל. נאָך דער מלחמה, איז די ישׂראלדיקע וואַלוטע געפֿאַלן אויף 18 פּראָצענט קעגן דעם אַמעריקאַנער דאָלאַר, און אויף 7 פּראָצענט — קעגן אייראָ. בלויז במשך פֿון דער הײַנטיקער וואָך, אין שײַכות מיט דער מפּלה פֿון בנימין נתניהוס רעגירונג, וועלכע האָט זיך געהאַלטן במשך פֿון 20 חדשים, איז דער שקל אַראָפּ אויף 2.5 פּראָצענט.

הגם פֿאַר די אינוועסטאָרן איז עס אַ גרויסער קאָפּ־ווייטיק, מיינט אַזאַ גרויסע אינפֿלאַציע, אַז דער עקספּאָרט קאָן ברענגען די פֿאַרמאַצעווטישע, טעכנאָלאָגישע, כעמישע און לאַנדווירטשאַפֿטלעכע פֿירמעס אַ גרעסערן רווח. בערך 40 פּראָצענט פֿון דער ישׂראלדיקער נאַציאָנאַלער ברוטאָ־הכנסה קומט פֿונעם עקפּאָרטירן די סחורה אין אַנדערע לענדער.

דער צענטראַלער באַנק האָט איבערגעגעבן, אַז צוליב דעם האָט זײַן מצבֿ זיך לעצטנס דווקא סטאַביליזירט. אילת ניר, אַן עקאָנאָמיסטקע פֿונעם אינוועסטיציע־באַנק „יצירות‟, האָט באַמערקט, אַז הגם די פּאָליטישע מהומה וועט שטערן די קאָרפּאָראַטיווע אינוועסטיציעס, וועט זי העלפֿן עקספּאָרט־פֿירמעס.

די סתּירות מיטן מלוכישן בודזשעט זענען געווען איינע פֿון די סיבות פֿונעם באַזײַטיקן דעם פֿינאַנץ־מיניסטער, יאיר לפּיד. צוליב דעם, האָט מען אָפּגעלייגט דעם בודזשעט־פּלאַן אויף אַ האַלב יאָר, אויב נישט לענגער. אַנשטאָט דעם, וועט מען צעטיילן די סומע פֿונעם הײַנטיקן יאָר אויף 12 גלײַכע חלקים, וואָס מע וועט אויסגעבן יעדן חודש באַזונדערס. דאָס וועט צווינגען די ישׂראלים צו באַציִען זיך מער שפּאָרעוודיק צו די הוצאות.

לפּיד האָט פֿאָרגעלייגט צו מאַכן גרינגער פֿאַר די יונגע קונים צו קויפֿן אַ הויז, אויפֿן חשבון פֿון אַראָפּגעבראַכטע שטײַערן. איצט איז זײַן פּלאַן בטל געוואָרן. די בוי־פֿירמעס און הײַזער־געשעפֿטן וועלן אָבער דווקא בליִען צוליב דעם.

אין אַלגעמיין, איז דער עקאָנאָמישיר וווּקס אין ישׂראל געפֿאַלן הײַיאָר פֿון די פּלאַנירטע 3 ביז 2.2 פּראָצענט. מע האָפֿט, אַז דאָס קומענדיקע יאָר וועט זי ווידער דערגרייכן די פֿאָרגעזאָגטע ציפֿערן. פֿונדעסטוועגן, קאָנען די עקאָנאָמישע פּראָצעסן אינעם לאַנד אַרויסרופֿן אַ צוויי־זײַטיקן עפֿעקט מיט אַ לאַוו־דווקא שלעכטן רעזולטאַט.