פֿאַרגיטיקונג-אָפּמאַך פֿאַר לעבן־געבליבענע פֿון באַן־דעפּאָרטאַציעס

Lump Sum Agreement for Survivors of Rail Deportations

די SNCF, וואָס געהערט צו דער פֿראַנצייזישער רעגירונג, האָט צווישן 1942 און 1944 דעפּאָרטירט מער ווי 75,000 ייִדן אין די טויטלאַגערן.
די SNCF, וואָס געהערט צו דער פֿראַנצייזישער רעגירונג, האָט צווישן 1942 און 1944 דעפּאָרטירט מער ווי 75,000 ייִדן אין די טויטלאַגערן.

פֿון ייִט״אַ

Published December 09, 2014, issue of January 02, 2015.

וואַשינגטאָן. — די פֿאַראייניקטע שטאַטן און פֿראַנקרײַך האָבן מסכּים געווען אויסצוצאָלן 60 מיליאָן דאָלאַר צו די ייִדן, וועלכע זענען דעפּאָרטירט געוואָרן אין די נאַצי־לאַגערן דורך SNCF — די באַן־סיסטעם, וואָס געהערט צו דער פֿראַנצייזישער רעגירונג.

צווישן די יאָרן 1942 און 1944 האָט די SNCF דעפּאָרטירט מער ווי 75,000 ייִדן אין די טויטלאַגערן.

דער אָפּמאַך פֿאַרענטפֿערט די יאָרן־לאַנגע טענות מצד די ניצול־געוואָרענע פֿונעם חורבן, וועלכע וווינען נישט אין פֿראַנקרײַך. ביז איצט האָט די רעגירונג בלויז אויסגעצאָלט רעפּאַראַציעס פֿאַר פֿראַנצייזישע תּושבֿים, דורך דער פֿראַנצייזישער פּענסיע־סיסטעם.

די פֿאָנדן וועלן קומען פֿון פֿראַנקרײַך, אָבער וועלן אויסגעצאָלט ווערן דורך דער אַמעריקאַנער רעגירונג. מע וועט דאָס געלט אויסצאָלן צו יענע לעבן־געבליבענע, וועלכע וווינען נישט אין פֿראַנקרײַך און זענען בירגער פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן אָדער פֿון אַן אַנדער לאַנד, וואָס האָט נישט קיין פֿריִערדיקן רעפּאַראַציע־אָפּמאַך מיט פֿראַנקרײַך. (דאָס שליסט אויס בעלגיע, פּוילן, ענגלאַנד, די טשעכישע רעפּובליק און סלאָוואַקיע.)

מע וועט אויך אויסטיילן געלט צו די אַלמנים און אַלמנות פֿון די לעבן־געבליבענע, און, צום ערשטן מאָל אין דער געשיכטע פֿון פֿאַרגיטיקונג, וועט מען אַפֿילו קאָנפּענסירן די נחלות פֿון די לעבן־געבליבענע, האָט איבערגעגעבן סטואַרט אײַזנשטאַדט, דער פֿאַרטרעטער פֿון חורבן־קאָמפּענסאַציע ענינים אינעם אַמעריקאַנער מלוכה־דעפּאַרטאַמענט.

יעדער איינער, וועלכער האָט געליטן פֿון די פֿראַנצייזישע באַן־דעפּאָרטאַציעס, וועט זײַן באַרעכטיקט צו קריגן איבער $100,000, און די אַלמנים — צענדליקער טויזנטער דאָלאַר. די סומע פֿאַר די נחלות וועט באַשטימט ווערן לויט וויפֿל יאָר דער ניצול־געוואָרענער האָט געלעבט נאָך דער מלחמה: וואָס לענגער דער מענטש האָט געלעבט, אַלץ מער געלט וועט די נחלה באַקומען.

לויטן אָפּמאַך וועט די SCNF אויך אַרויסלאָזן אַ פֿאָרמעלע דערקלערונג, אויסדריקנדיק „טרויער און באַדויער‟ פֿאַר איר ראָלע אין די דעפּאָרטאַציעס, און וועט געבן אַ באַזונדערע בײַשטײַער פֿון 4 מיליאָן דאָלאַר פֿאַר חורבן־דערציִונג און הזכּרה־צערעמאָניעס אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, פֿראַנקרײַך און ישׂראל.