ישיבֿה־בחור געשטאָכן אין ניו־יאָרקער חב״ד־צענטראַלע

Yeshiva Student Stabbed at Chabad Headquarters in NY

לוי ראָזענבלאַט, דער ישיבֿה־בחור, וועלכער איז דינסטיק געשטאָכן געוואָרן, און די הויפּטקוואַרטיר פֿון חב״ד אויף 770 איסטערן פּאַרקוויי, וווּ דער אַטאַק איז פֿאָרגעקומען
לוי ראָזענבלאַט, דער ישיבֿה־בחור, וועלכער איז דינסטיק געשטאָכן געוואָרן, און די הויפּטקוואַרטיר פֿון חב״ד אויף 770 איסטערן פּאַרקוויי, וווּ דער אַטאַק איז פֿאָרגעקומען

פֿון ייִט״אַ

Published December 09, 2014, issue of January 02, 2015.

אַ ישׂראלדיקער בחור, וועלכער לערנט זיך אויף סמיכה, איז געשטאָכן געוואָרן אין האַלדז, בעת ער האָט געדאַוונט אין דער הויפּטקוואַרטיר פֿון חב״ד־ליובאַוויטש.

דער 22־יאָריקער לוי ראָזענבלאַט, פֿון ביתר־עילית אין גוש־עציון, איז דינסטיק, 1:45 פֿאַרטאָג, צעשטאָכן געוואָרן אין האַלדז און אין אַנדערע ערטער פֿון גוף, אינעם בית־מדרש פֿונעם בנין, וואָס געפֿינט זיך אויף 770 איסטערן פּאַרקוויי, אין קראַון־הײַטס, ברוקלין. מע האָט אים געבראַכט אין „קינגס־קאַונטי שפּיטאָל‟ און ער געפֿינט זיך אין אַ סטאַבילן מצבֿ.

לויט אַ באַריכט אין דער „ניו־יאָרק דיילי ניוס‟, איז ראָזעבלאַט געקומען קיין ניו־יאָרק מיט צוויי וואָכן פֿריִער.

דער אַטאַקירער, קאַלווין פּיטערס, 51 יאָר אַלט, איז דערשאָסן געוואָרן אין בויך פֿון דער פּאָליציי און איז שפּעטער געשטאָרבן אין שפּיטאָל. לויט די „דיילי ניוס‟, האָבן די עדות איבערגעגעבן, אַז פּיטערס איז אַרײַנגעגאַנגען אינעם חב״ד־בנין, שרײַענדיק: „איך וועל הרגענען דעם ייִד! איך וויל הרגענען דעם ייִד!‟ אַ צווייטער ישׂראלדיקער בחור האָט איבערגעגעבן דער צײַטונג, אַז פּיטערס איז פֿריִער אַרײַנגעקומען, זאָגנדיק, אַז ער זוכט אַ בוך.

בלויז עטלעכע מינוט נאָכן אַטאַק, זענען די פּאָליציי און זיכערהייט־וועכטער אַרײַנגעלאָפֿן אין בנין. לכתּחילה האָט פּיטערס אַוועקגעלייגט זײַן מעסער, אָבער דערנאָך האָט ער עס ווידער אויפֿגעהויבן. די פּאָליציי האָט אים באַפֿוילן אָפּצולאָזן דאָס מעסער אָבער ווען ער האָט עס נישט געטאָן האָבן זיי אים געשאָסן.

זעט דעם ווידעאָ פֿונעם אינצידענט דאָ:

די פּאָליציי האָט באַצייכנט דעם אַטאַק ווי אַ קרימינעלע אַקציע, נישט פֿאַרבונדן מיט טעראָריזם, אָבער מיט עלעמענטן פֿון אַ שׂינאה־פֿאַרברעכן.

אַ וואָרטזאָגער פֿון חב״ד האָט איבערגעגעבן דער ישׂראלדיקער מעדיאַ, אַז עס קומען אַמאָל אַרײַן אין בנין היימלאָזע לײַט, כּדי זיך אָנצוּוואַרעמען. די הויפּטקוואַרטיר איז אָפֿן אַ גאַנצן מעת־לעת.