ייִדיש בײַ דער AJS־קאָנפֿערענץ

Yiddish at the AJS Conference

פֿון רעכטס: ד״ר דניאל רײַזער, סאָניע גאָלאַנס און שאול זאַריט
פֿון רעכטס: ד״ר דניאל רײַזער, סאָניע גאָלאַנס און שאול זאַריט

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published December 10, 2014, issue of January 02, 2015.

הײַיאָר קומט פֿאָר די פּרעסטיזשפֿולע קאָנפֿערענץ פֿון דער „אַסאָציאַציע פֿאַר ייִדישע שטודיעס‟ אין באַלטימאָר, מערילאַנד פֿונעם 14טן ביזן 16טן דעצעמבער. די קאָנפֿערענץ, וואָס איז די סאַמע גרעסטע פֿאַרזאַמלונג פֿון פֿאָרשער און פּראָפֿעסאָרן אויפֿן געביט פֿון ייִדישע שטודיעס אויף דער וועלט נעמט אַרײַן מער ווי טויזנט רעפֿעראַטן, וואָס מע וועט געבן אויף פֿאַרשידענע פּאַנעלן. אַ צאָל רעפֿעראַטן וועלן דעקן טעמעס פֿון דער ייִדישער שפּראַך, קולטור און ליטעראַטור. אָט איז אַ צײַטפּלאַן פֿון די פּאַנעלן, וואָס האָבן אַ שײַכות צום ייִדיש־לימוד.

זונטיק, דעם 14טן דעצעמבער

פּאַנעל געווידמעט דער טעמע „דער ’ייִוואָ‘ און די סאָציאַלע וויסנשאַפֿט: די סטאַנדאַרדיזאַציע פֿון פּראַקטיק און קהילה‟. בײַם פֿאָרזיץ: ד״ר ראָבערטאַ ניומאַן. אָפּרוף: ד״ר צירל קוזניץ. די רעדנער זענען:

לייזער בורקאָ: „די פֿריידן פֿון ייִדיש־סטאַנדאַרדיזאַציע: ווי אַזוי די לינגוויסטן בײַם ’ייִוואָ‘ האָבן ווידער אויסגעטראַכט די שפּראַך‟
שׂרה זאַראָ: „’הייליקע זאַמל־אַרבעט‘: די באַציִונג צווישן דעם ’ייִוואָ‘ און זײַנע זאַמלער‟
ד״ר ליילע זענדערלאַנד: „דאָס שאַפֿן אַ פֿאַרגלײַכיקע סאָצ׳יאַלע וויסנשאַפֿט: די ייִדיש־פֿאָרשונג און די אַפֿראָ־אַמעריקאַנער פֿאָרשונג איבער ’קולטור און פּערזענלעכקייט‘‟

***

פּאַנעל געווידמעט דער טעמע „מחוץ די קלאַסיקער: פֿאַרברייטערן דעם ייִדישן קאַנאָן‟. בײַם פֿאָרזיץ: ד״ר מאַרשאַ דובראָ. די רעדנער זענען:

ד״ר מעליסאַ שׂרה ווײַנינגער: „אַ דורכגעפֿאַלענער משיח: ’דער גולם‘ און דער ענין גאולה‟
ד״ר מרים אודעל: „דאָס דערציִען קינדער מיט רויטע סאָלדאַטן און רויטע גרינהערנער: די פּאָליטיק און פּאָעזיע אין ייִדישע קינדער־ביכער‟
סאָניע גאָלאַנס: „געמיינזאַמע בליקן און געמישטע טענץ: טענץ ווי אַ ליטעראַרישער מאָטיוו אין די ווערק פֿון אָפּאַטאָשו און שטאָק‟
ד״ר רחל רובינשטיין: „שפּראַך און היימלאַנד אינעם ייִדישן ’האַטוײ‘‟



Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.