אַ ייִדישער בית־עולם פֿאַרשוועכט אין אַרגענטינע

Jewish Cemetery in Argentina Vandalized

דער ייִדישער בית־עולם אין סאַנטיאַגאָ דעל עסטעראָ
דער ייִדישער בית־עולם אין סאַנטיאַגאָ דעל עסטעראָ

פֿון ייִט״אַ

Published December 10, 2014, issue of January 02, 2015.

אויפֿן ייִדישן בית־עולם אין דער שטאָט סאַנטיאַגאָ דעל עסטעראָ, אַרגענטינע, זענען וואַנדאַליזירט געוואָרן, צום ווייניקסטן, אַ טוץ מצבֿות.

די שטאָט מיט אַרום 250,000 תּושבֿים געפֿינט זיך בערך 1,000 קילאָמעטער (620 מײַל) אויף צפֿון־מיזרח פֿון בוענאָס־אײַרעס. ס׳זעט אויס, אַז דער וואַלדאַליזם־אינצידענט איז געשען במשך פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם סוף־וואָך. אַ מיטאַרבעטער פֿונעם בית־עולם האָט אַנטדעקט די צעשעדיקטע קבֿרים מאָנטיק, דעם 8טן דעצעמבער.

ערנאַן קריסקאַוצקי, דער אָרטיקער פֿאָרשטייער פֿון דער אַרגענטינער ייִדישער פּאָליטישער דאַך־אָרגאַניזאַציע DAIA, האָט איבערגעגעבן דער ייִט״אַ, אַז די כוליגאַנען האָבן צעבראָכן די פֿאָטאָגראַפֿיעס אויף די מצבֿות, צעשעדיקט און אויסגעריסן פֿון דער ערד די דענקמעלער. אַזוי ווי אויף אַ טייל אַנדערע ייִדישע בית־עולמס, זענען די צעשעדיקטע קבֿרים געווען באַצירט מיט די בילדער פֿון די באַערדיקטע.

קריסקאַוצקי האָט צוגעגעבן, אַז אַזאַ געפֿערלעכער גוואַלד־אַקט פֿון וואַנדאַליזם איז געשען צום ערשטן מאָל אין דער געשיכטע פֿונעם בית־עולם, וואָס ווערט אַקטיוו באַנוצט ביזן הײַנטיקן טאָג. די פּאָליציי, וואָס פֿאָרשט אויס דעם אינצידענט, האָט נישט געפֿונען קיין אַנטיסעמיטישע צי וועלכע־ניט־איז אַנדערע אויפֿשריפֿטן. די אָרטיקע פּרעסע האָט צוגעגעבן, אַז דער שכנותדיקער נישט־ייִדישער צווינטער איז נישט וואַנדאַליזירט געוואָרן, הגם פֿריִער האָט ער געליטן פֿון גנבֿות.