דער נאַפֿט־אויסגוס לעבן אילת — צוויי מאָל גרעסער

Eilat Oil Spill Twice As Large As Initially Estimated

דער פֿאַרגאָסענער נאַפֿט אינעם צעשעדיקטן מידבר ערבֿה
Lior Mizrahi/Getty Images
דער פֿאַרגאָסענער נאַפֿט אינעם צעשעדיקטן מידבר ערבֿה

פֿון ייִט״אַ

Published December 10, 2014, issue of January 02, 2015.

דער ישׂראלדיקער מיניסטעריום פֿאַר סבֿיבֿה־פֿאַרהיטונג האָט איבערגעגעבן, אַז לעבן אילת האָט זיך פֿאַרגאָסן צוויי מאָל מער נאַפֿט, ווי מע האָט זיך פֿריִער משער געווען — בערך 5 מיליאָן ליטער.

דער אינצידענט איז אויסגעבראָכן דעם 4טן דעמעצבער. אַ רער־ליניע פֿון דער פֿירמע מיטן צענטער אין אַשקלון, וואָס באַזאָרגט ישׂראל מיטן ברענשטאָף, איז צעשעדיקט געוואָרן, און דער רויער נאַפֿט האָט זיך אַרויסגעגאָסן אין דער אַרומיקער געגנט.

דער מיניסטעריום זאָרגט זיך וועגן די שווערע גוסרעגנס, וועלכע וועלן, לויטן וועטער־פּראָגנאָז, זיך אָנהייבן די וואָך אינעם לאַנד. די פֿאַרפֿלייצונגען קאָנען פֿאַרשפּרייטן די גיפֿטיקע פֿליסיקייט איבערן דרומדיקן ראַיאָן פֿון ישׂראל. אויב אַ טייל פֿונעם נאַפֿט וועט זיך אויך אַרײַנגיסן אינעם רויטן ים, וועט דער שמוץ שטעלן די קאָראַל־ריפֿן אין סכּנה פֿון אַ גרויסן היזק. דער נאַטור־פּאַרק עבֿרונה אינעם מידבר ערבֿה האָט שוין געליטן פֿונעם נאַפֿט־אויסגוס.

דער מלוכישער אינספּעקטאָר, יוסף שאַפּיראָ, האָט געהייסן דורכצופֿירן וואָס גיכער אַן אויספֿאָרשונג פֿונעם טרויעריקן אינצידענט — איינע פֿון די ערגסטע סבֿיבֿה־קאַטאַסטראָפֿעס אין דער ישׂראלדיקער געשיכטע. דער סבֿיבֿה־מיניסטעריום האָט באַפֿוילן דער נאַפֿט־פֿירמע אָפּצושטעלן די רער־ליניע, כּל־זמן זי וועט נישט באַקומען אַ נײַע דערלויבעניש. אַ תּושבֿ פֿון אילת האָט זיך געווענדט צום תּל־אָבֿיבֿער קרײַז־געריכט מיט אַ קאָלעקטיווער תּבֿיעה קעגן דער נאַפֿט־קאָמפּאַניע, פֿאָדערנדיקט אַ קאָמפּענסאַציע אויף אַ סומע פֿון 95.5 מיליאָן דאָלאַר פֿאַרן היזק, וואָס זי האָט גורם געווען מיטן אומאַחריותדיקן באַנוץ פֿון דער רערן־סיסטעם.

פֿונעם ראַיאָן, וווּ דער אינצידענט איז געשען, בערך 20 קילאָמענטער פֿון אילת, האָט מען שוין אַוועקגענומען בערך 20 טאָן פֿון דער באַשמוצטער ערד. די גרעסטע נאַפֿט־קאַלוזשעס האָט מען אויך אויסגערייניקט. די געגנט לײַדט אָבער נאָך אַלץ פֿון די צעגאָסענע גיפֿטיקע שטאָפֿן.

די אַשקלונער־אילתער נאַפֿט־פֿירמע איז געשאַפֿן געוואָרן אינעם יאָר 1968, לכתּחילה ווי אַ בשותּפֿותדיקע ישׂראלדיק־איראַנישער פּראָיעקט. ווען די באַציִונגען מיט איראַן זענען קאַליע געוואָרן נאָך דער איסלאַמישער רעוואָלוציע, האָט דער איראַנישער צד אויפֿגעהערט צו שטיצן די סיסטעם. איצט ליפֿערט עס נאַפֿט פֿון רוסלאַנד קיין אַזיע. די רוסישע טאַנקערס ברענגען דעם שטאָף קיין אַשקלון, און די רערן ברענגען עס אַריבער קיין אילת, צום ברעג פֿונעם רויטן ים.