לימור לבֿנת פֿאַרלאָזט פּאָליטיק

Limor Livnat Leaves Politics

לימור לבֿנת
Wiki Commons
לימור לבֿנת

פֿון ייִט״אַ

Published December 11, 2014, issue of January 02, 2015.

לימור לבֿנת (ליוונאַט), די ישׂראלדיקע מיניסטאָרין פֿון קולטור און ספּאָרט, האָט די וואָך איבערגעגעבן, אַז זי קלײַבט זיך צו פֿאַרלאָזן די פּאָליטישע טעטיקייט.

די 64־יאָריקע מיניסטאָרין האָט געדינט ווי אַ כּנסת־דעפּוטאַט פֿון דער פּאַרטיי „ליכּוד‟ זינט 1992. במשך פֿון אַ סך יאָר איז זי געווען באַקאַנט ווי אַ פֿרוי, וואָס האָט דערגרייכט דעם העכסטן ראַנג צווישן די פּאַרטיי־מיטגלידער. פֿון 1996 ביז 1999 איז לבֿנת געווען די מיניסטאָרין פֿון בילדונג. זי האָט אויך אָנגעפֿירט מיטן כּנסת־קאָמיטעט פֿאַרן סטאַטוס פֿון פֿרויען. איר פּאָליטישע קאַריערע האָט זיך אָנגעהויבן אין 1977, ווען זי האָט אָנגעהויבן אָנפֿירן מיט דער יוגנטלעכער אָרגאַניזאַציע בײַ „ליכּוד‟, אונטער דער רעגירונג פֿון מנחם בעגין.

די צײַטונג „האָרץ‟ האָט באַמערקט, אַז אין די לעצטע יאָרן איז די קולטור־מיניסטאָרין געוואָרן אַ מאַרגינאַלע פֿיגור אין דער פּאַרטיי צוליב אירע מעסיקע פּאָזיציעס. נישט לאַנג צוריק, האָט זי קריטיקירט זאבֿ עלקינס קאָנטראָווערסאַלן געזעץ־פּראָיעקט, לויט וועלכן מדינת־ישׂראל וועט באַצייכנט ווערן ווי אַ נאַציאָנאַלע ייִדישע מלוכה. צווישן די מיניסטאָרן, וואָס רעפּרעזענטירן „ליכּוד‟, איז זי געווען די איינציקע, וואָס האָט נישט געשטימט פֿאַרן דאָזיקן פּלאַן.

לבֿנת האָט איבערגעגעבן אין אַן אינטעוויו דעם ישׂראלדיקן טעלעוויזיע־קאַנאַל 2, אַז זי וויל פֿון איצט אָן זיך פֿאַרנעמען מיט אַנדערע ענינים, הגם „ליכּוד‟ וועט ווײַטער בלײַבן איר פּאָליטישע „היים‟.

אין נאָוועמבער, שמועסנדיק מיט דער מיליטערישער ראַדיאָ, האָט לבֿנת קריטיקירט „ליכּוד‟ פֿאַרן אָפּקערעווען זיך ווײַטער אויף רעכטס. זי האָט געטענהט, אַז ביז איצט איז עס געווען אַ רעכט־צענטריסטישע, אָבער נישט אַן עקסטרעם־רעכטע פּאַרטיי. זי האָט צוגעגעבן, אַז געוויסע „ליכּודניקעס‟, צום באַדויערן, כאַפּן איבער די מאָס אין זייערע רעכטע פּאָזיציעס, און שלעפּן די פּאַרטיי אַרײַן „אין אַזעלכע ערטער, וווּהין איך וויל נישט גיין‟.

לבֿנת האָט געמאָלדן, אַז זי וועט זיך נישט באַלאָטירן אין די קומענדיקע כּנסת־וואַלן. זי האָפֿט אָבער צו באַווײַזן דורכצופֿירן געוויסע וויכטיקע רעפֿאָרמען אינעם מיניסטעריום.