ישׂראל פֿאַרגיכערט עליה־פּראָצעס פֿאַר מיזרח־אוקראַיִנע

Israel Speeds Up Aliyah for Eastern Ukrainian Residents

אַ פֿרוי אינעם קעלער פֿון איר בנין, וואָס דינט איצט ווי אַ מקום־מיקלט פֿון די בלוטיקע קאַמפֿן צווישן די פּראָ־רוסישע מיליטאַנטן און די אוקראַיִנער סאָלדאַטן, דעם 10טן דעצעמבער, אין דאָנעצק, אוקראַיִנע
Getty Images
אַ פֿרוי אינעם קעלער פֿון איר בנין, וואָס דינט איצט ווי אַ מקום־מיקלט פֿון די בלוטיקע קאַמפֿן צווישן די פּראָ־רוסישע מיליטאַנטן און די אוקראַיִנער סאָלדאַטן, דעם 10טן דעצעמבער, אין דאָנעצק, אוקראַיִנע

פֿון ייִט״אַ

Published December 11, 2014, issue of January 02, 2015.

קיִעוו. — ישׂראל האָט אײַנגעפֿירט ספּעציעלע פּראָצעדורן צו פֿאַרגיכערן דעם אימיגראַציע־פּראָצעס פֿאַר די מזרח־אייראָפּעיִשע אײַנוווינער, וועלכע שטאַמען אָפּ פֿון ייִדן.

די נײַע פּראָצעדורן זענען אײַנגעפֿירט געוואָרן מיט עטלעכע וואָכן צוריק דורך דער ישׂראלדיקער „אינסטאַנץ פֿון באַפֿעלקערונג און עליה‟, האָט די וואָרטזאָגערין פֿון דער אינסטאַנץ, סאַבין חדד, מיטוואָך איבערגעגעבן דער ייִט״אַ.

לויט די נײַע כּללים, וועלן די מזרח־אייראָפּעיִשע אײַנוווינער, וועלכע זענען פֿאַראינטערעסירט אין עולה זײַן לויטן חוק השבֿות, ווי אויך זייערע קרובֿים, נישט דאַרפֿן צושטעלן געוויסע רעגירונג־דאָקומענטן, ווי עס דאַרפֿן טאָן אַנדערע פּאָטענציעלע עולים. געוויינטלעך פֿאָדערט די ישׂראלדיקע רעגירונג אַ באַשטעטיקונג פֿון דער פּאָליציי, אַז דער אַפּליקאַנט האָט נישט קיין קרימינעלע געשיכטע, און אויך פּראָפֿעסיאָנעלע איבערזעצוגען פֿון אָריגינעלע דאָקומענטן.

צוליב די אָנגייענדיקע שלאַכטן אין די גאַסן צווישן די פּראָ־רוסישע סעפּאַראַטיסטן און די סאָלדאַטן פֿון דער אוקראַיִנער רעגירונג, איז הײַנט בכלל זייער שווער צו באַקומען אַזוינע דאָקומענטן.

די נײַע פּראָצעדור גילט סײַ אויף מענטשן, וועלכע ווילן עולה זײַן אָבער געפֿינען זיך נאָך אין מיזרח־אייראָפּע, סײַ אויף די פּאָטענציעלע עולים וועלכע זענען שוין אַנטלאָפֿן קיין ישׂראל דורך אַ טוריסטן־וויזע, אָבער האָבן איצט נישט קיין צוטריט צו די נייטיקע דאָקומענטן, לויט אַ באַריכט פֿון דער ייִדישער קהילה אין דנעפּראָפּעטראָווסק.

דער שריט אָנצונעמען די ספּעציעלע פּראָצעדורן איז פֿאָרגעלייגט געוואָרן פֿון דער וויצע־מיניסטאָרין פֿון אינערלעכע ענינים, פֿאַיִנאַ קירשנבוים.

במשך פֿון די ערשטע 10 חדשים פֿון יאָר 2014, האָבן 4,487 מענטשן עולה געווען פֿון אוקראַיִנע — כּמעט דרײַ מאָל אַזוי פֿיל עולים ווי אין די ערשטע 10 חדשים פֿון 2013.