פֿאַרוואָס נישט רעדן וועגן סעקס אין תּנ״ך?

Why Do We Skip Sex in the Bible?

לוט מיט זײַנע טעכטער, אַ בילד פֿונעם האָלענדישן קינסטלער יאָאַכים אוטעוואַל, פֿונעם 17טן יאָרהונדערט
לוט מיט זײַנע טעכטער, אַ בילד פֿונעם האָלענדישן קינסטלער יאָאַכים אוטעוואַל, פֿונעם 17טן יאָרהונדערט

פֿון רחל ראָזענטאַל (Forward)

Published December 12, 2014, issue of January 02, 2015.

די אַפֿישן פֿון יעדן פֿילם ווערן באַגלייט מיט אַ דערקלערונג, פֿאַרוואָס דער פֿילם איז נישט רעקאָמענדירט פֿאַר אַ געוויסן עולם. צומאָל האָט עס צו טאָן מיט די סצענעס פֿון גוואַלד, צומאָל — מיט סעקס, נאַרקאָטיקן אָדער וווּלגאַרע קללות. אויב מיר ווילן נישט זען אַ געוויסן מין סצענעס, וואָרענען אונדז די פּלאַקאַטן וועגן דעם פֿון פֿריִער.

להיפּוך צו די קינאָ־פֿילמען, ווערט די תּורה נישט באַגלייט מיט אַזעלכע וואָרענונגען. גלײַך נאָך מתּן־תּורה קומט דער חטא פֿונעם גאָלדענעם קעלבל; גלײַך נאָך בלעמס ברכות ווערט דערציילט די סעקסועלע מעשׂים צווישן בני־ישׂראל און מדין; ווען שמעון און לוי דערוויסן זיך, אַז זייער שוועסטער, דינה, איז פֿאַרגוואַלדיקט געוואָרן, הרגענען זיי אויס אַלע מענער אין אַ גאַנצער שטאָט, שכם. צווישן די מעשׂיות וועגן ברכות און דעם ייִדישן ברית מיטן אייבערשטן, בפֿרט אינעם חומש־בראשית, טרעפֿן זיך כּלערליי סצענעס פֿון מלחמות, רציחה און סעקס.

די מעשׂה וועגן שמעון און לויס נקמה פֿאַר דער באַלעסטיקונג פֿון זייער שוועסטער איז באַזונדערס אומפּאַסיק פֿאַר אַ קינד. אַ תּלמיד פֿון אַ טיפּישער ייִדישער טאָגשול ווייסט, געוויינטלעך, גאָרנישט וועגן דעם, ווײַל די לערער היפּן בכּיוון איבער אַזעלכע עלעמענטן פֿונעם תּנ״ך. לויט דער דערמאָנטער אַמעריקאַנער סקאַלע פֿון די קינאָ־פֿילמען, וואָלט די סצענע פֿון לוטס סעקס מיט זײַנע צוויי טעכטער, אָדער די סצענע מיט תּמר, וועלכע פֿאַרשטעלט זיך פֿאַר אַ זונה און פֿאַרגייט אין טראָגן פֿון איר שווער, געהערט צו דער קאַטעגאָריע NC-17 — אומפּאַסיק פֿאַר קינדער ביז 17 יאָר.

נישט לאַנג צוריק, האָב איך געשמועסט וועגן דער מעשׂה פֿון דינה מיט אַ מיידל פֿונעם זיבעטן קלאַס, וואָס איך פֿיר מיט איר פּריוואַטע לימודים. מיר האָבן פֿאַרבראַכט אַ סך צײַט מיט די חומש־מעשׂיות, וואָס איר געוועזענער טאָגשול האָט איבערגעהיפּט. זי האָט זיך געכאַפּט, אַז אין יענער שול האָט מען טאַקע יאָ געלערנט, ווי שמעון און לוי האָבן אויסגעהרגעט די תּושבֿים פֿון שכם, אָבער נישט דערציילט פֿאַרוואָס.

עס באַקומט זיך, אַז מע מעג דערציילן די קינדער, אַז געוויסע תּנ״כישע העלדן זענען באַגאַנגען אַ מאַסן־מאָרד אָן קיין קלאָרער סיבה, אָבער דערציילן וועגן סעקס — טאָר מען בשום־אופֿן נישט. אין דער אמתן, זעען מיר קלאָר סײַ אין תּנ״ך, סײַ אין דער גמרא, אַז ייִדן האָבן זיך דווקא נישט געשעמט צו רעדן אָפֿנטלעך אויף סעקסועלע טעמעס. די חז״ל שמועסן אַפֿילו וועגן דער מאָס פֿונעם מענערלעכן אבֿר בײַ פֿאַרשיידענע תּלמודישע חכמים. אויב אַזוי, פֿונוואַנען זשע נעמט זיך די הײַנטיקע טענדענץ צו פֿאַרווערן די דאָזיקע טעמע?

איך זאָג נישט, אַז מע זאָל רעדן וועגן אַזעלכע ענינים מיט קליינע קינדער. אין אַ געוויסן עלטער דאַרף מען זיי אָבער באַקענען מיטן דאָזיקן אַספּעקט פֿון אונדזער טראַדיציע, וואָס באַטראַכט די אינטימע באַציִונגען ווי אַ וויכטיקן און פּאָזיטיוון עלעמענט פֿונעם מענטשלעכן לעבן. און וואָס שייך דעם מאַסן־מאָרד, וואָס יעקבֿס זין זענען באַגאַנגען, דאַרף מען אָדער אויסמײַדן די מעשׂה אינגאַנצן, אָדער דערקלערן, פֿאַרוואָס זיי האָבן עס בכלל געטאָן.