אַשטאָן קאַרטער מער פֿרײַנדלעך צו ישׂראל

Ashton Carter Seen As Friendly to Israel

אַשטאָן קאַרטער (לינקס) מיטן פּרעזידענט אָבאַמאַ אינעם „ווײַסן הויז‟, דעם 5טן דעצעמבער
Getty Images
אַשטאָן קאַרטער (לינקס) מיטן פּרעזידענט אָבאַמאַ אינעם „ווײַסן הויז‟, דעם 5טן דעצעמבער

פֿון ראָן קאַמפּעאַס (ייִט״אַ)

Published December 12, 2014, issue of January 02, 2015.

דער 60־יאָריקער אַשטאָן קאַרטער, וועלכער איז לעצטנס נאָמינירט געוואָרן ווי דער נײַער אַמעריקאַנער שוץ־סעקטעטאַר פֿונעם פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ, ווערט געשילדערט אין דער פּרעסע ווי דער היפּוך פֿון זײַן פֿאָרקומער, טשאָק הייגעל, וועלכן מע האָט אָנהייב דעם איצטיקן חודש געצוווּנגען צו פֿאַרלאָזן דעם אַמט.

הייגעלס קריטיקער האָבן אים באַטראַכט ווי אַ פּאַסיוון מענטש און צומאָל אַפֿילו אַ צעטומלטן. ווי אַ וועטעראַן פֿון דער וויעטנאַמער מלחמה, איז ער געווען כּמעט דער איינציקער קריטיקער פֿון די אַמעריקאַנער מיליטערישע אַקציעס אין איראַק צווישן זײַנע רעפּובליקאַנער קאָלעגן. אין פֿאַרגלײַך, איז קאַרטער אַ שאַרפֿער און אַ שפּאַרבערישער ביוראָקראַט, וועלכער האָט געהאָלפֿן צו פֿאַרקויפֿן דער ישׂראלדיקער אַרמיי די נײַסטע מיליטערישע עראָפּלאַנען און געשטיצט אַגרעסיווע פּאָזיציעס לגבי איראַן.

קאַרטערס פּראָ־ישׂראלדיקע טעטיקייט איז נישט קיין חידוש. נישט געקוקט אויף די אָנגעשטרענגטע דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען צווישן אָבאַמאַ און נתניהו, האָבן די צוויי לענדער אָנגעהאַלטן די זעלבע פֿעסטע שותּפֿות אין זיכערהייט־ענינים, ווי פֿריִער. קאַרטער האָט פֿריִער געדינט ווי הייגעלס פֿאַרטרעטער, און איז באַקאַנט ווי אַ געטרײַער נאָכפֿאָלגער פֿון אָבאַמאַס פּאָליטיק.

מיכאל מאַקאָווסקי, דער פֿאַרוואַלטער פֿונעם „ייִדישן אינסטיטוט פֿאַר נאַציאָנאַלע זיכערהייט־ענינים‟, וועלכער האָט געדינט ווי אַ הויכראַנגיקער שוץ־באַאַמטער אין דער אַדמיניסטראַציע פֿון דזשאָרדזש בוש, האָט געזאָגט דער ייִט״אַ, אַז קאַרטער האָט אַ גוטע רעפּוטאַציע אין וואַשינגטאָן, און וועט זיך גרינג אַרײַנפּאַסן אויף דער נײַער פּאָזיציע.

נישט געקוקט אויף דער קריטיק פֿון הייגעל מצד די רעכטע ישׂראלדיקע פּאָליטיקער, האָט דער ישׂראלדיקער זיכערהייט־שעף, משה יעלון, וואַרעם באַדאַנקט דעם געוועזענעם שוץ־סעקרעטאַר נאָך זײַן אַוועקגאַנג. יעלון האָט באַטאָנט, אַז הייגעלס הילף לטובֿת ישׂראל איז געווען זייער גרויס און ממשותדיק.

דער סטראַטעגישער אַנאַליטיקער אַנטאָני קאָרדעסמאַן האָט באַמערקט, אַז די פּערזענלעכע פּראָ־ישׂראלדיקע פּאָזיציעס שפּילן אַ קליינע ראָלע אין דער קאָאָפּעראַציע צווישן ישׂראל און דעם פּענטאַגאָן, ווײַל די פֿעסטע מיליטערישע פֿאַרבינדונג מיט ישׂראל איז „פּשוט אַ פֿאַקט פֿונעם אַמעריקאַנער פּאָליטישן לעבן‟.

אודי שני, וועלכער האָט אָנגעפֿירט מיטן ישׂראלדיקן שוץ־מיניסטעריום ווי אַ גענעראַל־דירעקטאָר פֿון 2010 ביז 2013, האָט צוגעגעבן, אַז ווי אַ פֿיזיקער, האָט קאַרטער אַרויסגעוויזן אַ פּרטימדיקן פֿאַרשטאַנד פֿון די ישׂראלדיקע טעכנישע באַדערפֿענישן. שני האָט צוגעגעבן, אַז קאַרטער, זײַנער אַ נאָענטער חבֿר, האָט געהאַט גרויס הנאָה פֿונעם באַזוכן ישׂראל, און אַפֿילו געלאָזט אַ טרער בײַם הערן אַ סאָלדאַטן־קאָנצערט אויף העברעיִש.