עקסטרעמיסטן — מודה אין פֿאַרברענען אַ ירושלימער שול

Extremists Confess To Torching Jerusalem School

אַן אַנטי־אַראַבישע אויפֿשריפֿט, אָנגעשריבן אין דער פֿאַרברענטער שול „יד ביד‟.
אַן אַנטי־אַראַבישע אויפֿשריפֿט, אָנגעשריבן אין דער פֿאַרברענטער שול „יד ביד‟.

פֿון דער „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published December 12, 2014, issue of January 02, 2015.

די ישׂראלדיקע פּאָליציי האָט באַשטעטיקט, אַז דרײַ עקסטרעם־רעכטע ייִדן האָבן זיך מודה געווען אין אונטערצינדן אַ בשותּפֿותדיקע ייִדיש־אַראַבישע טאָגשול אין ירושלים.

די צײַטונג „האָרץ‟ האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אַ פֿאָטאָגראַפֿיע פֿונעם ישׂראלדיקן געריכט, אויף וועלכער די אַרעסטירטע, וואָס טראָגן יאַרמלקעס — דער 22־יאָריקער יצחק גבאי, דער 18־יאָריקער נחמן טוויטאָ און דער 22־יאָריקער שלמה טוויטאָ — האָבן אויפֿגענומען די באַשולדיקונגען מיט אַ שמייכל. אַלע דרײַ פֿאַרדעכטיקטע זענען פֿונעם ייִשובֿ ביתר־עילית אויפֿן מערבֿ־ברעג, און זענען מיטגלידער פֿון דער אָרגאַניזאַציע „לה״בֿה‟, וואָס קעמפֿט אויף עקסטרעם־רעכטע אופֿנים קעגן געמישטע חתונות און אינטימע באַציִונגען צווישן ייִדן און נישט־ייִדן, בפֿרט די אַראַבער.

דעם 29סטן נאָוועמבער, איז פֿאַרברענט געוואָרן די שול „יד ביד‟ אין ירושלים, וווּ ייִדישע און אַראַבישע קינדער לערנען זיך צוזאַמען. דאָס איז דער גרעסטער בילדונג־אַנשטאַלט פֿון אַזאַ מין אין ישׂראל, און די איינציקע בשותּפֿותדיקע ייִדיש־אַראַבישע עלעמענטאַרע און מיטל־שול. בסך־הכּל, זענען אינעם לאַנד פֿאַראַן פֿינף אַזעלכע שולן פֿון דער בילדונג־נעץ „יד ביד‟, געשאַפֿן אַ דאַנק דער פֿונדאַציע, וואָס דער בריטישער ייִדישער פֿילאַנטראָפּ מאַקס ריין האָט געגרינדעט אינעם יאָר 1962. די צוויי־שפּראַכיקע העברעיִש־אַראַבישע שול־סיסטעם האָט זיך געעפֿנט אין 2007.

די פּאָליציי האָט באַשטעטיקט, אַז די שׂריפֿה איז געווען אַ רעזולטאַט פֿון אַ בכּיוונדיקער אונטערצינדונג, און האָט אויסגעזוכט די פֿאַרדעכטיקטע. זונטיק, דעם 7טן דעצעמבער, האָט דאָס זיכערהייט־דינסט „שין־בית‟ דערלויבט מפֿרסם צו זײַן זייערע נעמען און איבערגעגעבן, אַז די אַרעסטירטע האָבן זיך מודה געווען אינעם פֿאַרברעכן.

אויף די ווענט פֿון דער פֿאַרברענטער שול האָבן די פֿאַרברעכער אָנגעשריבן אַזעלכע ראַסיסטישע לאָגונגען, ווי „טויט צו די אַראַבער‟ און „מע קאָן נישט לעבן צוזאַמען מיטן ראַק‟. דער אינצידענט איז אַ נײַער שטאַפּל אין דער מהומה פֿון קריגערײַ צווישן ייִדן און אַראַבער, וואָס האָט זיך אָנגעהויבן דעם פֿאַרגאַנגענעם זומער אין ירושלים.