חנוכּה־צערעמאָניע לזכר סטיווען סאָטלאָף

Steven Sotloff‘s parents to light public menorah in his memory

סטיווען סאָטלאָף אין עגיפּטן
סטיווען סאָטלאָף אין עגיפּטן

פֿון ייִט״אַ

Published December 16, 2014, issue of January 02, 2015.

די עלטערן פֿון סטיווען סאָטלאָף, דער ייִדישער זשורנאַליסט, וואָס איז געקעפּט געוואָרן דורך אַ טעראָריסט פֿון ISIS, וועלן אָנצינדן אַ חנוכּה־לאָמפּ אין מיאַמי לזכר דעם אָנדענק פֿון זייער זון בעת אַן עפֿנטלעכער צערעמאָניע.

אַרטור און שירלי סאָטלאָף וועלן אָנצינדן דאָס ערשטע ליכטל אויף דער מנורה בײַם חב׳׳ד־צענטער פֿון מיאַמי, דינסטיק אין אָוונט.

„סטיוו איז געווען שטאָלץ צו זײַן אַ ייִד און האָט שטענדיק גוט פֿאַרבראַכט בעת די יום־טובֿים‟, האָט זײַן פֿאָטער, אַרטור סאָטלאָף, איבערגעגעבן Chabad.org. „ס׳איז געווען איינע פֿון זײַנע וויכטיקסטע אייגנשאַפֿטן‟.

„חנוכּה־צײַט דערמאָנען מיר דעם נצחון איבער אונדזערע שׂונאים, וואָס האָבן פּרובירט צוצונעמען בײַ אונדז דאָס רעכט צו לעבן לויט דער תּורה‟, האָט אַרטור סאָטלאָף געזאָגט. „די חשמונאָים האָבן געקעמפֿט פֿאַר ייִדישקייט, און סטיוו האָט געקעמפֿט פֿאַר די ווערטן, וואָס זיי האָבן אונדז געשאָנקען‟.

די דירעקטאָרן פֿונעם מיאַמער חב׳׳ד־צענטער, הרבֿ יאָסי האַרליג און זײַן פֿרוי נחמה, האָבן זיך באַקענט מיט אַרטור און שירלי סאָטלאָף בעת די עלטערן זענען געזעסן שבֿעה נאָך זייער זון. זיי האָבן באַשלאָסן, אַז חנוכּה וואָלט געווען אַ פּאַסיקע צײַט צו באַצייכענען דעם אָנדענק פֿונעם דערמאָרדעטן זשורנאַליסט „וואָס האָט פּרובירט אַרײַנצוברענגען אין דער וועלט אַ ביסל מער ליכט און אמת‟, לויט Chabad.org.

סאָטלאָף, וואָס איז אויפֿגעוואַקסן אין מיאַמי, איז פֿאַרכאַפּט געוואָרן דעם 4טן אויגוסט 2013, נאָך דעם ווי ער איז אַריבערגעגאַנגען דעם גרענעץ צווישן טערקײַ און סיריע. דעם 2טן סעפּטעמער האָט ISIS אַרויסגעלאָזט אַ פֿילם, וואָס האָט באַוויזן זײַן עקזעקוציע.

נאָך זײַן טויט האָט מען אַנטפּלעקט, אַז סאָטלאָף איז געווען אַ ישׂראלדיקער בירגער. זײַנע פֿאַרבינדונגען צו מדינת־ישׂראל און דער ייִדישער קהילה האָט מען אָפּגעמעקט פֿון דער אינטערנעץ, כּדי זײַנע איסלאַמיסטישע כאַפּערס זאָלן פֿון דעם ניט וויסן.

סאָטלאָף איז געווען אַן אייניקל פֿון ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה און האָט עולה געווען קיין ישׂראל אין 2005.