נײַע קאָמפּאָזיציעס צו דער מאָדערנער ייִדישער פּאָעזיע

Modern Yiddish Poetry: New Musical Compositions

דער דועט „שמאַראָוואָזניק‟
דער דועט „שמאַראָוואָזניק‟

פֿון איציק גאָטעסמאַן

Published December 16, 2014, issue of January 02, 2015.

צוויי גאַנץ פֿאַרשיידענע רעקאָרדירונגען זענען לעצטנס אַרויסגעגעבן געוואָרן אין אייראָפּע מיט נײַע קאָמפּאָזיציעס צו די לידער־טעקסטן פֿון מאָדערנע ייִדישע פּאָעטן.

„צוגרייטנדיק זיך צו טאַנצן: נײַע ייִדישע לידער‟ מיט דער פּאָעזיע פֿון ירמיה־אַהרן טאַוב, אַ תּושבֿ אין וואַשינגטאָן, איז אַרויס אין פּוילן. פֿון האַמבורג, דײַטשלאַנד, האָט דער דואָ „שמאַראָוואָזניק” אונדז צוגעשיקט זייער נײַ קאָמפּאַקטל מיט אָריגינעלע מעלאָדיעס צו די לידער פֿון דער דיכטערין רייזל זשיכלינסקי (1910—2001). ביידע קאָמפּאַקטלעך שפּיגלען אָפּ אַן ערנסטן צוגאַנג צו די פּאָעטישע שאַפֿונגען און צו דער ייִדישער פּאָעזיע בכלל. 

„שמאַראָוואָזניק” — אויף דעם אָדעסער זשאַרגאָן מיינט עס אַ פּאַרשוין, וואָס שטעלט צו נקבֿות — שפּילט אין אַ מער פֿאָלקישן סטיל, מיט אַ סך קלעזמערישע ריטמען און קלאַנגען. די גרופּע באַשטייט פֿון קריסטין וואָן ביולאָוו אויפֿן קלאַרנעט, און מאַרטין קעטשע אויפֿן אַקאָרדיאָן; ביידע אינסטרומענטן זענען הײַנט שוין אײַנגעוואָרצלט געוואָרן אין דער קלעזמערוועלט.

דאָס צופּאַסן מוזיק צו זשיכלינסקיס לידער איז נישט קיין פּשוטע זאַך, ווײַל זי קען צו מאָל שרײַבן גאַנץ טראַדיציאָנעל — מע קען אַפֿילו זאָגן, אינעם סטיל פֿון אַ פֿאָלקסליד — אָבער אָן גראַמען. אַנדערע לידער אירע האַלטן זיך מער בײַ אַ מאָדערניסטישער שיטה, און זײַנען נאָך שווערער צו  זינגען. די לידער־טעקסטן האָבן די מוזיקער אויסגעקליבן פֿון פֿינעף תּקופֿות אין זשיכלינסקיס לעבן און שאַפֿונג: פֿון 1929, ווען זי איז אַלט געווען 18 אָדער 19 יאָר; פֿון וואַרשע פֿאַר דער מלחמה; פֿון קאַזאַן, סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, 1942; פֿון באַלד נאָכן חורבן, און לידער פֿון די 1960ער און 1970ער יאָר אין אַמעריקע.

די שטאַרקסטע לידער זענען די חורבן־לידער, ווי „גאָט האָט פֿאַרבאַהאַלטן זײַן פּנים‟.

אַלע וועגן האָבן געפֿירט צום טויט,
אַלע וועגן.
אַלע ווינטן האָבן געאָטעמט מיט פֿאַרראַט,
אַלע ווינטן.
אויף אַלע שוועלן האָבן געבילט בייזע הינט,
אויף אַלע שוועלן. אַלע וואַסערן האָבן אונדז אויסגעלאַכט,
אַלע וואַסערן.
אַלע נעכט זענען פֿעט געוואָרן פֿון אונדזער שרעק,
אַלע נעכט.
און די הימלען זײַנען געווען נאַקעט און ליידיק,
אַלע הימלען.
גאָט האָט פֿאַרבאַהאַלטן זײַן פּנים. (1947)

ווען דער דועט זינגט אַן אַנדער חורבן־ליד — „ברענג מיר דאָס בלוט פֿון דעם שׂונא” (1948), כאַפּט מען זיך, אַז דאָס זינגען דײַטשן וועגן דײַטשיש בלוט! די מעלאָדיע וואָס „שמאַראָוואָזניק” האָט געשאַפֿן פֿאַר דעם נקמה־ליד, איז נישט קיין ייִדישלעכע, אָבער פֿאָרט פֿאָלקיש, און הייבט אַרויס די הייסע פּראָטעסט־עמאָציע פֿונעם מאָמענט.

„שמאַראָוואָזניק‟ האַלט זיך אָפֿט אויך בײַ ייִדישע ריטמען. אַ רומעניש־ייִדישע האָראַ הערט מען אינעם ליד „דאָס לעבן איז ווי אַ פֿיש‟. אַ צווייט מאָל הערט מען אַ ליד, אינעם קאַבאַרעט־סטיל פֿון בערטאָלד ברעכט און קורט ווײַל. מיט דער באַגלייטונג פֿון נאָר צוויי אינסטרומענטן קען מען גוט הערן און פֿאַרשטיין זשיכלינסקיס פּאָעזיע, און מיט דעם האָט די גרופּע פֿאַרדינט אַ מיצווה http://www.schmarowotsnik.de.

ווײַט פֿון פֿאָלקישקייט, פֿון קלעזמערישע קלאַנגען איז דאָס קאָמפּאַקטל „צוגרייטנדיק זיך צו טאַנצן: נײַע ייִדישע לידער‟, קאָמפּאָזיציעס צו די ווערטער פֿון ירמיה־אַרהן טאַוב. די רעקאָרדירורנג איז אַ קאָנצערט, וואָס איז פֿאָרגעקומען אין מײַ 2013 אין אַ וואַרשעווער קלוב, ווי אַ טייל פֿונעם „נײַעם ייִדישן מוזיק־פֿעסטיוואַל‟. דער קאָמפּאָזיטאָר פֿון די שאַפֿונגען, מיכאַל גאָרטשינסקי, פֿון דער גרופּע „מאָלערײַ‟, איז אין מיטן פֿון אַ גרעסערן פּראָיעקט, „מוזיק צו שפּראַכן‟, וואָס וועט אַרײַננעמען לידער פֿון פֿאַרשיידענע שפּראַכן אויף דער וועלט; מיט טאַובס ייִדישע לידער האָט ער אָנגעהויבן.

די גרופּע „מאָלערײַ‟
די גרופּע „מאָלערײַ‟

דער טריאָ „מאָלערײַ‟ באַשטייט פֿון דער פֿידלערין דאַגנאַ סאַדקאָווסקאַ; דעם זינגער, קלאַרנעטיסט, און קאָמפּאָזיטאָר מיכאַל גאָרטשינסקי, און דעם טשעליסט מיקאָלײַ פּאַלאָזש. דערצו זינגט חנה גאָלדשטיין, און עס שפּילט דער באַקאַנטער פּוילישער דזשעז־פּיאַניסט מאַרסין מאַסעצקי. 

גאָרטשינסקי האָט אויסגעקליבן נײַן לידער און צו זיי געשאַפֿן אַוואַנגאַרדישע מוזיק; אָמאָל ווילד און שרײַעדיק, אַמאָל אַטאָניש, אָבער אַלע מאָל מיט לײַדנשאַפֿט. די פֿאָרשטעלונג פֿון דער זינגערין חנה גאָלדשטיין איז ממש צו באַוווּנדערן — דאָ שעפּטשעט זי, דאָרט שרײַט זי; אָפֿט חזרט זי איבער די זעלבע ווערטער. עס שאַפֿט זיך אַ געפֿיל, אַז דער קאָמפּאָזיטאָר איז מער פֿאַרכאַפּט געוואָרן פֿון די קלאַנגען פֿון ייִדישע ווערטער, ווי פֿון זייער טײַטש און זינען.

אָפֿט, אין טאַובס פּאָעזיע באַשרײַבט ער אַ סצענע אויף דער גאַס, וואָס האָט געמאַכט אַ רושם אויף אים. אינעם ליד „יונג טאַטע־מאַמע‟ גיט ער איבער אַזאַ בילד, וואָס ער האָט איין טאָג באַמערקט:

יונגע טאַטע־מאַמע האָבן שפּאַצירט פּאַמעלעך דורך די בלומען.
די טערמאָמעטער־פֿאַבריק האָבן זיי שוין לאַנג נישט געזען.
כאָטש זילבערן שטויב האָט נאָך אַלץ געפֿינקלט אויף דער מאַמעס באַקן.
אַזוי האָט דער טאַטע באַמערקט בשעת ער האָט גענומען איר פּנים אין זײַנע ריזיקע הענט.
די ביימער האָבן זיך צעטיילט צוליב זיי, שווײַגנדיקע עדות פֿון אַ פֿרוי אויפֿן וועג צו סכּנה.

לייענענדיק די שורות, פֿילט מען אַ שטימונג פֿון שטילקייט און אינטימקייט. אָבער גאָרטשינסקיס מוזיק צו די שורות איז, להיפּוך, פֿול מיט הויכע קלאַנגען, דיסאָנאַנץ, מיט איבערחזרונגען פֿון ווערטער.

פֿון איין זײַט, שעפּט מען נחת, וואָס אַ מאָדערנער ייִדישער פּאָעט און זײַנע לידער ווערן אַזוי הויך אָפּגעשאַצט פֿון דער דרויסנדיקער נישט־ייִדישער קולטור־וועלט. פֿון דער אַנדערער זײַט, האָט מען ספֿקות, צי מע פֿאַרשטייט טאַקע וואָס דער פּאָעט וויל אַרויסהייבן און זאָגן. טאַוב שרײַבט אַליין אין זײַן אַרײַנפֿיר, אַז „נאָך דעם ווי אַ קונסטווערק ווערט איבערגעגעבן דער ברייטער וועלט, איז דער קינסטלער מער נישט בכּוח צו האַלטן אַן אויג אויף דער שאַפֿונג, און ווי זי ווערט פֿאַרשטאַנען‟. די אונטערשטע שורה איז, וואָס ס’איז „גוט פֿאַר ייִדן‟. די מוזיקער שפּילן אויף אַ הויכער מדרגה, און אַ נײַער עולם וועט זיך באַקענען מיט אַ ייִדישן פּאָעט.

די וועבזײַט פֿון דער רעקאָרדירונג איז http://www.multikulti.com



Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.