אינטערעס צו ייִדישקייט וואַקסט אין שפּאַניע

Interest in Judaism Growing in Spain

די מתפּללים פֿון דער שיל „בית־חנוכּה‟ אין ראָטאַ, שפּאַניע
Cnaan Liphshiz
די מתפּללים פֿון דער שיל „בית־חנוכּה‟ אין ראָטאַ, שפּאַניע

פֿון כּנען ליפֿשיץ (ייִט״אַ)

Published December 16, 2014, issue of January 02, 2015.

ווען אַהובֿה (אַמאַנדאַ) גיפּסאָן האָט געהאָלפֿן צו עפֿענען אַ שיל אויף אַ באַזע פֿונעם אַמעריקאַנער מיליטערישן ים־פֿלאָט אין דער שפּאַנישער שטאָט ראָטאַ, האָט זי אַנטדעקט, צו איר חידוש, דרײַ אַלטע ספֿר־תּורות און די צענומענע טיילן פֿון אַ גרויסער פֿיר־פֿוסיקער מנורה.

גיפּסאָן, אַ געוועזענע ייִדישע לערערין פֿון די אַמעריקאַנער ים־כּוחות, האָט זיך אינעם יאָר 2012 געגראָבן אינעם סקלאַד פֿונעם שפּאַניש־אַמעריקאַנער מיליטערישן קאָמפּלעקס, און געפֿונען די ייִדישע תּשמישי־קדושה, וואָס די אַמעריקאַנער מיליטער־לײַט האָבן דאָרטן איבערגעלאָזט אין ראָטאַ מיט אַ סך יאָר צוריק, ווען זיי האָבן געדינט אויף דער באַזע.

גיפּסאָן פֿירט איצט אירע קלאַסן מחוץ דעם שטח פֿון דער באַזע. איר קהילה, וואָס טראָגט דעם נאָמען „בית־חנוכּה‟ לכּבֿוד דעם חידושידיקן געפֿינס, האַלט זיך אָבער פֿעסט אָן שוין כּמעט במשך פֿון דרײַ יאָר — נישט געקוקט אויף דעם, וואָס אַ מיליטערישע באַזע, מיט איר זיך־בײַטנדיקן קאָנטינגענט, איז לאַוו־דווקא אַ געראָטענער פּלאַץ פֿאַר אַ שיל. דער סוד באַשטייט אין דעם, וואָס אַ צאָל הײַנטיקע מתפּללים זענען אָרטיקע ייִדן.

ווי ס׳איז באַקאַנט, האָט אין שפּאַניע אַמאָל געבליט אַ ריזיקע קהילה פֿון ספֿרדישע ייִדן. בלויז אַ קליינע צאָל ייִדישע תּושבֿים זענען געבליבן נאָכן גירוש־ספֿרד, זיך פֿאַרשטעלנדיק פֿאַר קריסטן. אין די לעצטע יאָרן, האָט זיך אינעם לאַנד ווידער צעבליט דאָס ייִדישע לעבן. פֿאַרשטייט זיך, קאָן זיך נישט די הײַנטיקע קהילה פֿאַרמעסטן מיט דער אַמאָליקער מיטל־עלטערלעכער שפּאַניע. פֿונדעסטוועגן, האַלט זי אין איין וואַקסן.

די גרעסטע צאָל ייִדן אין שפּאַניע, בערך 12,000 נפֿשות, וווינען אין מאַדריד, וווּ במשך פֿונעם לעצטן יאָרצענדליק האָבן זיך געעפֿנט זעקס נײַע שילן. „בית־חנוכּה‟ איז איינע פֿון די אָרטיקע רעפֿאָרמער קהילות, וואָס האָבן זיך באַוויזן אינעם לאַנד זינט 2007. לעסלי בערגמאַן, די פּרעזידענטין פֿונעם „אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד פֿון דער פּראָגרעסיווער ייִדישקייט‟, האָט באַמערקט, אַז די שפּאַנישע רעגירונג שטיצט גאַנץ אַקטיוו די אַנטוויקלונג פֿונעם ייִדישן לעבן אינעם לאַנד.

צוליב דעם עקאָנאָמישן קריזיס און פּאָליטישע אומרוען אין די 2000ער יאָרן, זענען טויזנטער אַרגענטינער ייִדן אַוועקגעפֿאָרן קיין שפּאַניע. פֿריִער, זענען די קליינע אָרטיקע קהילות באַשטאַנען כּמעט אויסשליסלעך פֿון פֿרומע מאַראָקאַנער ספֿרדים. ס׳רובֿ אַרגענטינער נײַקומער זענען מער פֿאַראינטערעסירט אין די רעפֿאָרמער קהילות, וואָס לייגן פֿאָר פֿאַרשיידענע קולטורעלע אונטערנעמונגען.

דוד פּאָזאָ־פּערעז, דער פּרעזידענט פֿון דער רעפֿאָרמער שיל „בית־רמב״ם‟ אין סעווילע, האָט איבערגעגעבן, אַז די אָרטיקע אָרטאָדאָקסישע שיל בלײַבט קליין אין פֿאַרגלײַך מיטן וואַקסנדיקן נישט־אָרטאָדאָקסישן עולם. פּאָזאָ־פּערעז איז געבוירן געוואָרן אין שפּאַניע און האָט חתונה געהאַט מיט אַן אַרגענטינער פֿרוי.

הײַיאָר, האָט מען אין שפּאַניע אײַנגעפֿירט דער נײַער געזעץ, לויט וועלכן אַ סך ספֿרדישע ייִדן קאָנען ווערן בירגער פֿונעם לאַנד, ווי אַ מין תּשובֿה פֿאַרן גירוש־ספֿרד און די רדיפֿות פֿון דער אינקוויזיציע. אַ סך מענטשן, וואָס שטאַמען פֿון די געשמדטע אַנוסים, וואָס האָבן במשך פֿון הונדערטער יאָר זיך געהאַלטן שטילערהייט ווי ייִדן, האָבן לעצטנס אויך אַרויסגעוויזן אַן אינטערעס צו ייִדישקייט. הגם בלויז אַ קליינע צאָל פֿון זיי זענען זיך מגייר אויף אַ פֿאָרמעלן אופֿן, אָרגאַניזירן זיי פֿאַרשיידענע אונטערנעמונגען מיטן ייִדישן טעם.

כאָסע מאַנועל פֿערנאַנדעז, אַ פּענסיאָנירטער פּאָליציאַנט, וועלכער קלײַבט זיך איצט מגייר צו זײַן, צוזאַמען מיט זײַן ווײַב, האָט דערקלערט, אַז מיט 15 יאָר צוריק וואָלט ער נישט געקאָנט זיך פֿאָרשטעלן אַזאַ אַקטיוו ייִדיש לעבן אינעם לאַנד. פֿערדאַנדעז האָט זיך פֿאַראינטערעסירט מיט ייִדישקייט, ווען ער האָט זיך דערוווּסט, אַז ער שטאַמט פֿון די אַנוסים.