נײַעס פֿון וואַרשע

News From Warsaw

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published December 16, 2014, issue of January 02, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

וואַרשטאַט לערנט פּוילישע קינדער וועגן חנוכּה

דער שיינער נײַער ייִדישער מוזיי אין וואַרשע פֿאַרבעט תּלמידים פֿון די פּוילישע שולן, זיי זאָלן קומען אויף אַ חנוכּה־וואַרשטאַט אין מוזיי.

אַ גרופּע קינדער פֿון דער שקאָלע 166, וואָס האָט אַ ייִדישן אָפּטייל, האָט טאַקע באַזוכט דעם מוזיי לכּבֿוד דעם יום-טוב, און די קינדער האָבן געהערט וואָס איז אַזוינס חנוכּה, ווי שפּילט מען מיט דריידלעך, וואָס איז אַזוינס חנוכּה-געלט, וכדומה.

בריטישער פּרעמיער באַזוכט אוישוויץ־מוזיי

דער בריטישער פּרעמיער, דייוויד קאַמעראָן, איז געווען דעם 10טן דעצעמבער דער גאַסט פֿונעם אוישוויץ־מוזיי.

„איך האָב געוואָלט זען מיט די אייגענע אויגן דאָס אָרט פֿונעם גרעסטן פֿאַרברעכן אין דער מענטשלעכער געשיכטע. קיין ווערטער קענען נישט באַשרײַבן די טראַגעדיע פֿון אוישוויץ,‟ האָט קאַמעראָן געשריבן אינעם גאַסטבוך פֿונעם מוזיי.

אין יאָר 2013 האָבן כּמעט צוויי הונדערט טויזנט בריטישע באַזוכט דעם מוזיי. ענגלאַנד האָט צוגעזאָגט 2.1 מיליאָן פֿונט דעם מוזיי, וווּ אַ סך בנינים זענען זייער געשעדיקט געוואָרן מיט דער צײַט, צוליב שניי, ווינט און רעגן.

ווייניק מענטשן ווייסן, אַז דייוויד קאַמעראָן שטאַמט פֿון אַ באַקאַנטן ייִד, וועלכער האָט געשפּילט אַ גרויסע ראָלע אין דער ייִדישער ליטעראַטור. דער ייִד איז אליהו בחור, דער מחבר פֿון „בבֿא-בוך‟.

די ידיעות פֿון וואַרשע ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.