ייִדיש איבער דער וועלט

Yiddish Around the World

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published December 17, 2014, issue of January 02, 2015.

ייִדיש־רעדנדיקער אויפֿפּאַסער געזוכט

דער „ייִדישער ביכער־צענטער‟ אין אַמהערסט, מאַסאַטשוסעטס זוכט עמעצן, פֿאַר אַ פּאָזיציע אינעם „שטײַנער זומער־פּראָגראַם אין ייִדישער שפּראַך‟. דער קאַנדידאַט, וואָס וועט אַרבעטן סײַ ווי אַן אויפֿפּאַסער אינעם סטודענטן־אינטערנאַט (Residential Assistant), סײַ ווי אַ געהילף צו די אַדמיניסטראַטאָרן פֿון דער פּראָגראַם, מוז פֿליסיק באַהערשן די ייִדישע שפּראַך און קענען גוט אַרבעטן מיט קאָלעדזש־סטודענטן. דער אויפֿפּאַסער וועט וווינען צוזאַמען מיט די סטודענטן און אָרגאַניזירן פֿאַר זיי אַקטיוועטעטן, וואָס וועלן זיי געבן אַ געלעגנהייט צו פֿאַרבעסערן זייער קענטעניש פֿון ייִדיש. דער פּאַסיקער קאַנדידאַט וועט אַרבעטן 7 טעג אַ וואָך פֿונעם 7טן יוני ביזן 24סטן יולי און מוז קענען פֿירן אַן אויטאָ.

דער אויפֿפּאַסער בײַם סטודענטישן־אינטערנאַט וועט ווערן באַצאָלט $3,500 פֿאַרן זומער און וועט דאָרטן וווינען בחינם. כּדי אָנצוגעבן אויפֿן פּאָסטן, שיקט אַרײַן אַ רעזומע, צוויי רעקאָמענדיר־בריוו און אַ דערקלערונג, פֿאַר וואָס איר ווילט באַקומען די שטעלע אויף aleos-urbel@bikher.org. נאָך אינפֿאָרמאַציע: http://www.yiddishbookcenter.org/job-opportunities#RA.

פּראָגראַמען אויף דער „ייִדיש־פֿאַרם‟

די סטודענטן און לערער בײַם פֿאַראַיאָריקן ווינטער־אולפּן אויף דער „ייִדיש־פֿאַרם‟
די סטודענטן און לערער בײַם פֿאַראַיאָריקן ווינטער־אולפּן אויף דער „ייִדיש־פֿאַרם‟

די „ייִדיש־פֿאַרם‟ אין גושן, ניו־יאָרק האָט לעצטנס איבערגעגעבן די לערן־פּלענער פֿאַר אירע קומענדיקע קורסן. אין יאַנואַר וועלן פֿאָרקומען צוויי קורסן, אַ צען־טאָגיקער ווינטער־אולפּן און אַ זעקס־טאָגיקע פּראָגראַם פֿאַר ישיבֿה־מיידלעך.

דער אולפּן, וואָס וועט פֿאָרקומען פֿונעם 5טן ביזן 15טן יאַנואַר, טראָגט מיט זיך דעם אַמביציעזן ציל צו לערנען אַזוי פֿיל ייִדיש, ווי מע וואָלט געלערנט אין איין זמן בײַ „קאָלאָמביע־אוניווערסיטעט‟. די פּראָגראַם ווערט טאַקע אָנגעפֿירט בשותּפֿות מיט דער ייִדיש־פּראָגראַם בײַ „קאָלאָמביע‟ און די קלאַסן ווערן געלערנט דורך ד׳׳ר חנה מייזער. כּדי צו באַקומען נאָך אינפֿאָרמאַציע אָדער זיך צו רעגיסטרירן, באַזוכט: https://yiddishfarm.org/winterprogram.html.

די פּראָגראַם פֿאַר ישׁיבֿה־מיידלעך וועט פֿאָרקומען פֿונעם 18טן ביזן 23סטן יאַנואַר. די תּלמידות וועלן זיך אויסלערנען ייִדישע לידער, ווי אויך גענוג ייִדיש, כּדי צו האַלטן אַ פּשוטן שמועס אויף מאַמע־לשון. נאָך אינפֿאָרמאַציע: https://yiddishfarm.org/yeshivaweek.html



Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.