5 ייִדישע פֿאַרוואַלטער מיט צו ריזיקע געהאַלטן

5 Most Overpaid Jewish Charity Chiefs

מעטיו ברוקס, דער ראָש פֿון דער „רעפּובליקאַנער ייִדישער קאָאַליציע‟
מעטיו ברוקס, דער ראָש פֿון דער „רעפּובליקאַנער ייִדישער קאָאַליציע‟

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published December 17, 2014, issue of January 02, 2015.

יעדעס יאָר דערציילט דער Forward, וויפֿל געלט עס באַקומען די פֿאַרוואַלטער פֿון ייִדישע נישט־קאָמערציעלע אָרגאַניזאַציעס, כּדי די לייענער זאָלן וויסן, וואָס פֿאַר אַ פּראָצענט פֿון זייערע נדבֿות גייט אין די קעשענעס פֿון די דאָזיקע יחידים. לאָמיר זשע באַטראַכטן די הײַיאָריקע ציפֿערן און זען, וועמענס קעשענע איז דיקער?

מעטיו ברוקס, דער ראָש פֿון דער „רעפּובליקאַנער ייִדישער קאָאַליציע‟ האָט געוווּנען הײַיאָר דאָס דאָזיקע שפּיץ-אָרט מיט זײַן געהאַלט פון 562,731 דאָלאַר. לויט דעם אַנאַליז, וואָס אַבֿרהם ווײַנער, אַ פּראָפֿעסאָר פֿון סטאַטיסטיק בײַם פּענסילוועניער אוניווערסיטעט, האָט צוגעגרייט פֿאַר דער צײַטונג, באַקומט דער דאָזיקער טוער אויף 154 פּראָצענט העכער, ווי די גרעסטע סומע, וואָס מע וואָלט געקאָנט זיך פֿאָרשטעלן אין אַן אָרגאַניזאַציע מיט אַזאַ בודזשעט.

צווישן אַנדערע פֿאַרוואַלטער פֿון נישט־קאָמערציעלע גרופּעס, וואָס באַקומען צו הויכע סומעס געלט, זענען מאַלקאָם הוינלײַן, וועלכער פֿירט אָן מיט דער „פּרעזידענטן־קאָנפֿערענץ פֿון גרויסע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס‟; מאַרווין היר פֿונעם „צענטער אויפֿן נאָמען פֿון שמעון וויזענטאַל‟, מיט זײַן אַסטראָנאָמישער הכנסה פֿון 765,129 דאָלאַר אַ יאָר; מאָרטאָן קלײַן, וואָס שטייט אין שפּיץ פֿון דער „ציוניסטישער אָרגאַניזאַציע פֿון אַמעריקע‟; און אַבֿרהם פֿאָקסמאַן, דער אַוועקגייענדיקער דעריקטאָר פֿון דער „אַנטידעפֿאַמאַציע־ליגע‟. לויט ווײַנערס אַנאַליז, קריגט הוינלײַן אויף 106 פּראָצענט צופֿיל. די זעלביקע פֿינף פֿירער האָבן פֿיגורירט אינעם פֿאַראַיאָריקן באַריכט פֿונעם Forward, אָבער אין אַן אַנדער סדר. און ווער באַקומט צו ווייניק געלט, צווישן די פֿאַרוואַלטער פֿון באַקאַנטע ייִדישע נישט־קאָמערציעלע גרופּעס?

אויפֿן „דנאָ‟ פֿון דער רשימה שטייט ראָבערט וועקסלער, דער הויפּט פֿונעם „אַמעריקאַנער ייִדישן אוניווערסיטעט‟. זײַן נישקשהדיקער געהאַלט פֿון 198,080 דאָלאַר אַ יאָר איז אויף 48 פּראָצענט נידעריקער, ווי די השערהדיקע סומע, וואָס באַקומט זיך לויט ווײַנערס חשבון־אַלגאָריטם. ווײַטער שטייען אין דער ליסטע פֿון שוואַך־באַצאָלטע פֿאַרוואַלטער סגי (סאַגי) באַלאַשאַ פֿונעם „ישׂראל־אַמעריקאַנער ראַט‟; עידית קלײַן פֿון דער אָרגאַניזאַציע „קשת‟, וואָס העלפֿט די ייִדישע האָמאָסעקסואַלן און טראַנססעקסואַלן; ענדרו רייפֿעלד פֿון דער סענט־לויִסער ייִדישער פֿעדעראַציע; און דוד צוויבל פֿון „אַגודת־ישׂראל אין אַמעריקע‟. דאָס פֿאַרגאַנגענע יאָר האָט צוויבל פֿאַרנומען דאָס לעצטע אָרט אין דער רשימה פֿון ווייניק באַצאָלטע פֿאַרוואַלטער.