אייראָפּעיִשער פּאַרלאַמענט אָנערקענט פּאַלעסטינער מלוכה

European Parliament Recognizes Palestinian Statehood

Getty Images

פֿון ייִט״אַ

Published December 18, 2014, issue of January 02, 2015.

דער אייראָפּעיִשער פּאַרלאַמענט האָט מיטוואָך אָנגענומען אַ רעזאָלוציע, וואָס שטיצט טעאָרעטיש דאָס אָנערקענען אַ פּאַלעסטינער מדינה ווי אַ טייל פֿון אַוואַנסירטע שלום־פֿאַרהאַנדלונגען מיט ישׂראל.

די רעזאָלוציע איז אָנגענומען געוואָרן, 498 קעגן 88, אין שטראַסבורג. 111 האָבן זיך אָפּגעזאָגט פֿון שטימען. דער פּאַרלאַמענט האָט אויך אויסגעדריקט שטיצע פֿאַר די באַמיִונגען פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד צו העלפֿן רעאַליזירן דעם שלום־פּראָצעס אינעם מיטעלן מיזרח, און האָט ווי אַ סימן דערפֿון אויך באַשלאָסן אָנצוהייבן אַן איניציאַטיוו מיטן נאָמען „פּאַרלאַמענטאַרער פֿאַר שלום‟, וואָס זאָל צונויפֿברענגען דעפּוטאַטן פֿון דער כּנסת מיט געזעץ־געבער פֿונעם פּאַלעסטינער פּאַרלאַמענט.

די אָפּשטימונג איז דורכגעפֿירט געוואָרן נאָך דעם ווי בריטאַניע, פֿראַנקרײַך, אירלאַנד און פּאָרטוגאַל האָבן גערופֿן זייערע רעגירונגען צו אָנערקענען וואָס גיכער דעם באַגריף פֿון אַ פּאַלעסטינער מלוכה. דער קאָנגרעס אין שפּאַניע האָט אויך אָנגענומען אַ רעזאָלוציע, וואָס רופֿט צו אָנערקענען אַ פּאַלעסטינער מדינה — אָבער בלויז נאָך דעם ווי ישׂראל און די פּאַלעסטינער וועלן דורכפֿירן זייערע אייגענע פֿאַרהאַנדלונגען.

אין דער רעזאָלוציע פֿונעם אייראָפּעיִשן פּאַרלאַמענט שטייט, אַז די אינסטיטוציע „שטיצט שטאַרק די לייזונג פֿון צוויי מדינות לויט די גרענעצן פֿון די יאָרן פֿאַר 1967, לויט וועלכן ירושלים זאָל ווערן די קרוינשטאָט פֿון ביידע מלוכות, און אַ פֿאַרזיכערטע מדינת־ישׂראל זאָל לעבן בשלום מיט אַן אומאָפּהענגיקער, דעמאָקראַטישער פּאַלעסטינער מלוכה, און וווּ ביידע מדינות זאָלן געניסן פֿונעם רעכט צונויפֿצושטעלן זייער אייגענע מלוכה און זאָלן רעספּעקטירן דאָס אינטערנאַציאָנאַלע געזעץ.‟

די רעזאָלוציע פֿאַרדאַמט אַלע אַקטן פֿון טעראָריזם און בלוט־פֿאַרגיסטונג, און באַטאָנט די וויכטיקייט פֿון פֿאַראייניקן אַלע פּאַלעסטינער פֿראַקציעס, אַרײַנגערעכנט „כאַמאַס‟. זי חזרט אויך איבער די שטעלונג פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד, אַז די ישׂראלדיקע ייִשובֿים זענען אומלעגאַל לויטן אינטערנאַציאָנאַל געזעץ.