ייִדישע שרײַבער און דער חורבן

Yiddish Writers and the "Khurbn"

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published December 18, 2014, issue of January 02, 2015.

„דאָס דאָזיקע בוך שטעלט פֿאָר אַ פּאָרטרעט פֿונעם דור פֿון 1945, דער דור פֿון ייִדישע שרײַבער, די שעפֿערישע כּוחות פֿונעם לעצטן אױפֿבלי פֿון דער װעלטלעכער ייִדישער קולטור.‟ אַזױ עפֿנט זיך דאָס נײַע בוך פֿון פּראָפֿעסאָר יאַן שװאַרץ, װאָס װעט אין גיכן אַרױסגײן אינעם פֿאַרלאַג פֿון װײן־סטײט אוניװערסיטעט.

דער טיטל פֿונעם בוך, „איבערגעבליבענע און פֿאַרװאָגלטע‟, שפּיגלט אָפּ דעם טאָפּלדיקן פֿאָקוס פֿון דעם דאָזיקן מערקװירדיקן פֿאָרשערישן אױפֿטו. שװאַרץ מאַכט אַ פּרטימדיקן אַנאַליטישן איבערזיכט פֿון דער ייִדישער חורבן־ליטעראַטור, װאָס איז אַנטשטאַנען אין די ערשטע פּאָר צענדליק יאָר נאָכן חורבן אין פֿאַרשידענע װינלקען פֿונעם טראַנס־נאַציאָנאַלן אַשכּנזישן גלות.

די נעמען פֿון די דאָזיקע מחברים זײַנען גוט באַקאַנט דעם ייִדישן לײענער, אָבער לרובֿ פֿאַרבלײַבן זײ נאָך אַלץ אױפֿן ראַנד פֿון דער „װעלט־ליטעראַטור‟, דהײַנו, אין ענגלישע איבערזעצונגען. מען קאָן האָפֿן, אַז שװאַרצס װערק װעט ענדערן דעם איצטיקן מצבֿ און דערװעקן אַ נײַעם אינטערעס צו דער לעצטער תּקופֿה פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. דעם מחברס כּװנה איז צו אַנטפּלעקן פֿאַרן ענגלישן לײענער דעם אײגנאַרטיקן עסטעטישן און עטישן מהות פֿון דער ייִדישער חורבן־ליטעראַטור. שװאַרץ שטעלט אַ טראָפּ דװקא אױף יענע אַספּעקטן פֿון ליטעראַרישע װערק, װאָס װערן פֿאַרשטומט און פֿאַרשװיגן אין איבערזעצונג, און נײטיקן זיך צומאָל אין ספּעציעלע פּרושים פֿאַרן ניט־ייִדישן לײענער.

דאָס בוך איז געבױט היסטאָריש און געאָגראַפֿיש, מיט אַ ספּעציעלן פֿאָקוס אױף די דרײַ צענטערס פֿונעם ייִדיש־אַשכּנזישן גלות — תּל־אָבֿיבֿ, בוענאָס־אײַרעס און ניו־יאָרק. דערבײַ פֿאָלגט די דערצײלונג די כראָנאָלאָגישע אַנטװיקלונג, װאָס שװאַרץ צעטײלט אין תּקופֿות: די 1940ער „יאָרן פֿון כּעס‟; די „זילבערנע תּקופֿה‟ פֿון די 1950ער-60ער, און דער „פּאָסט-װערנאַקולאַרער‟ פּעריאָד. הינטער דער פֿאַקטישער װירקלעכקײט, װאָס װערט אויסגעפֿאָרשט מיט אַ גרױסער התמדה, ליגט אַן אַנדערע פֿלאַך: די װעלט פֿון דערצײלערישן כּוח־הדמיון, װאָס היט אָפּ די צאַפּלדיקע לעבעדיקײט פֿונעם אומגעקומענעם ייִדנטום: װילנע, לאָדזש, װאַרשע, קלענערע און גרעסערע שטעט און שטעטלעך פֿון פּױלן, ליטע, טראַנסילװאַניע. שװאַרץ באַהאַנדלט סײַ די אינדיװידועלע װערק און מחברים, סײַ די קאָלעקטיװע אונטערנעמונגען, אַזעלכע װי די 150־באַנדיקע סעריע „דאָס פּױלישע ייִדנטום‟, װאָס איז אַרױס אין בוענאָס־אײרעס אין די 1950ער, װי אױך די סעריע פֿון ליטעראַרישע לײענונגען פֿון ייִדישע דיכטער און שרײַבער אינעם ניו־יאָרקער קולטור־צענטער „װײַ‟ אױף דער 92ער גאַס אין די 1960ער יאָרן.