כאַבאַר און וואַרעמע גרוסן אויפֿן וועגן צו לוגאַנסק

En Route to Lugansk, Bribes and High Fives

הרבֿ שלום גאָפּין, דער ליובאַוויטשער שליח פֿון לוגאַנסק, וועלכער איז אַנטלאָפֿן פֿון דער קאָנפֿליקט־זאָנע און געפֿינט זיך איצט אין ישׂראל.
הרבֿ שלום גאָפּין, דער ליובאַוויטשער שליח פֿון לוגאַנסק, וועלכער איז אַנטלאָפֿן פֿון דער קאָנפֿליקט־זאָנע און געפֿינט זיך איצט אין ישׂראל.

פֿון כּנען ליפֿשיץ (ייִט״אַ)

Published December 19, 2014, issue of January 23, 2015.

אויפֿן וועג קיין לוגאַנסק — די שטאָט אין מיזרח־אוקראַיִנע, קאָנטראָלירט איצט דורך די פּראָ־רוסישע אויפֿשטענדלער — בין איך געווען זיכער, אַז איך וועל אָנקומען און זיך אומקערן בשלום. איך האָב אויסגעקליבן אַ פֿאַרלאָזלעכן מאַרשרוט, אויסגענוצט מײַן ישׂראלדיקן פּאַספּאָרט, און אויף די קאָנטראָל־פּונקטן דערציילט, אַז איך וויל באַזוכן מײַן מומע, מיטברענגענדיק אַ ריזיקן פּעקל פֿון שאָדאָלאַד און האַנט־געמאַכטע מצות. אין דער אמתן, האָב איך געוואָלט אויסגעפֿינען דעם אמת וועגן דעם מצבֿ פֿון דער ייִדישער קהילה אין לוגאַנסק.

איך האָב געמוזט אויסטראַכטן אַזאַ מעשׂה, ווײַל איך אַרבעט אין אַן אַמעריקאַנער נײַעס־אַגענטור. עטלעכע מערבֿדיקע זשורנאַליסטן האָט מען שוין פֿאַרהאַלטן אין דער געגנט. כּדי זיך ווײַטער צו פֿאַרזיכערן, בין איך אַרײַנגעפֿאָרן אינעם ראַיאָן דורך ראָסטאָוו — אַ רוסלענדישע שטאָט, וואָס די אויפֿשטענדלער באַטראַכטן ווי אַ פֿרײַנדלעכע.

מײַן שאָפֿער און איבערזעצערין פֿון רוסיש אויף העברעיִש — ביידע אָרטיקע אײַנוווינער — האָבן זיך אויפֿגעפֿירט נערוועז אויף דער גרענעץ. די איבערזעצערין האָט מיר דערקלערט, אַז זי האָט נישט מורא פֿאַר די אויפֿשטענדלער, אָבער ווייסט נישט, וואָס זיי וועלן טראַכטן וועגן די פּאַסאַזשירן. שפּעטער, ווען מיר זענען אָנגעקומען קיין לוגאַנסק, האָט זי דערקלערט, אַז די אויפֿשטענדלער זענען נישט קיין שלעכטע, אָבער אַ סך פֿון זיי זענען יונגע סאָלדאַטן, וואָס האָבן במשך פֿון עטלעכע חדשים געקעמפֿט אין עכטע שלאַכטן. גיי ווייס, וואָס אַזעלכע צורודערטע יונגע־לײַט קאָנען אָפּטאָן?

אויף דער גרענעץ האָט מיך פֿאַרהערט אַ מאַן מיט די טאַטויִרונגען פֿון רוסלענדישע ספּעציעלע מיליטערישע כּוחות. ער האָט סיסטעמאַטיש איבערגעקוקט מײַנע חפֿצים, אַנטדעקט איין פּעקל מזומן, און געבעטן אַ נדבֿה פֿון 25 דאָלאַר. אַ באַנקנאָט פֿון 50 שקל איז אים אויך שטאַרק געפֿעלן. אַן אַנדער פּעקל האָט זיך מיר אײַנגעגעבן אויסצובאַהאַלטן. ווען איך האָב אים דערציילט, אַז איך האָב אויך געדינט אין די ספּעציעלע כּוחות פֿון צה״ל, איז עס אים געפֿעלן געוואָרן. ער האָט פֿרײַנדלעך געדריקט מײַן האַנט און באַדאַנקט מיך פֿאַר דער נדבֿה.

ס׳רובֿ אָרטיקע ייִדן האָבן מיר דערציילט, אַז זיי האָפֿן פּשוט, אַז די מלחמה וועט זיך באַלד פֿאַרענדיקן. אַ טייל פֿון זיי האָבן אָבער בפֿירוש פֿאַרטיידיקט די אויפֿשטענדלער און קריטיקירט אַזעלכע ייִדן, ווי דער אוקראַיִנישער אָליגאַרך איגאָר קאָלאָמויסקי, דער גובערנאַטאָר פֿונעם דניעפּראָפּעטראָווסקער ראַיאָן, וועלכער ווערט באַטראַכט אין אוקראַיִנע ווי אַ מין נאַציאָנאַלער העלד פֿאַרן שטיצן די מיליטערישע אָפּעראַציעס קעגן די אויפֿשטענדלער.

אויף ביידע זײַטן פֿונעם קאָנפֿליקט פֿלאַקערט די נאַציאָנאַליסטישע העצע. גאַנצע גאַסן זענען אויסגעמאָלט מיט העסלעכע וואַנט־אויפֿשריפֿטן, וואָס ווינטשן דעם צד־שכּנגדו אײַנצונעמען אַ פּאַמעלעכן פּײַנלעכן טויט. אַ טייל ייִדן אינעם אויפֿשטענדלערישן ראַיאָן אַסאָציִיִרן די אוקראַיִנישע נאַציאָנאַליסטן מיט די נאַציסטישע קאָלאַבאָראַטאָרן פֿון צוויי דורות צוריק.

מײַן שאָפֿער, אַ תּושבֿ פֿון לוגאַנסק, וועלכער האָט דורכגעמאַכט אַ לאַנגן וועג, כּדי מיך אויפֿצונעמען אין ראָסטאָוו, האָט נישט געוואָלט זיך ווידער טרעפֿן מיט די אויפֿשטענדלערישע סאָלדאַטן אויף דער גרענעץ, און געבעטן צו געפֿינען אַ צווייטן אָפּצופֿירן מיך צוריק.

אַ צאָל ייִדישע פֿירער אין אוקראַיִנע פֿאַרדאַמען די אויפֿשטענדלער און באַטראַכטן זיי ווי „טעראָריסטן‟. ווי איך האָב אַליין אויסגעפֿונען, אָבער, זענען די ייִדן אין לוגאַנסק נישט מסכּים מיט אַזאַ פּאָזיציע, הגם אַ סך פֿון זיי זענען פֿאַרזאָרגט וועגן דעם מהומהדיקן מצבֿ. ווי אַ צאָל פֿון זיי האָבן מיר געזאָגט, פֿילן זיי, אַז זיי זענען „געבליבן שטעקן‟ אינמיטן דעם קאַמף צווישן די אוקראַיִנישע און אויפֿשטענדלערישע כּוחות.