דוד קאַץ קעגן דעם ייִוואָ

Dovid Katz vs. YIVO

דוד קאַץ
דוד קאַץ

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published December 19, 2014, issue of January 23, 2015.

די פֿאַרגאַנגענע פֿיר חדשים האָב איך פֿאַרבראַכט אין ייִוואָ, טראָגנדיק דעם טיטל פֿון אַ גאַסט־פּראָפֿעסאָר. איך פֿאַרברענג בכלל אַ סך צײַט אין דעם אינסטיטוט, מיט אַ טיטל אָדער אָן אַ טיטל. קיין בעסער, קיין רײַכער (כ’מיין ניט געלט, נאָר ביכער און אַרכיוון־דאָקומענטן) אָרט פֿאַר ייִדישע שטודיעס איז מיר ניט באַקאַנט. שוין אָפּגעשמועסט, אַז מיט אייניקע מיטאַרבעטער בין איך באַקאַנט אין משך פֿון אַ יאָר צוואַנציק צי אַפֿילו מער. דאָס איז אַ קאָלעקטיוו פֿון זייער סימפּאַטישע מענטשן, וואָס זײַנען איבערגעגעבן זייער אַרבעט, מענטשן וואָס העלפֿן דיר צו געפֿינען די נייטיקע אַקאַדעמישע סחורה און צו אַרבעטן מיט איר. הקיצור, איך מאַך ניט קיין סוד פֿון מײַנע סימפּאַטיעס צו ייִוואָ.

דערפֿאַר האָט מיך פּשוט שאָקירט דער אַרטיקל Just About Yiddish? The Real Story Behind this Week’s YIVO Banquet in New York, וואָס מע קען לייענען אויפֿן וועבזײַטל פֿון The Algemeiner. דער מחבר פֿון דעם פּאַסקוויל (קיין אַנדער וואָרט צו באַשרײַבן דעם אַרטיקל קומט ניט אין קאָפּ) איז ד״ר דוד קאַץ, וואָס האָט זיך אַ מאָל געשניטן אויף אַ נײַעם מאַקס ווײַנרײַך, אָבער שפּעטער איז ער אין גאַנצן אַראָפּ פֿון דעם אַקאַדעמישן דרך און, נאָך יאָרן פֿון ליטעראַרישע און אַנטראָפּאָלאַגישע זוכענישן, האָט ער אויסגעקליבן פֿאַר זיך די ראָלע פֿון דעם הויפּט־קעמפֿער קעגן דער ליטווישער רעגירונג. אין דער אמתן, טרײַב איך דאָ איבער. דער הויפּט־קעגנער איז, פֿאַרשטייט זיך, וולאַדימיר פּוטינס רעזשים. ערגעץ דערנאָך גייט שוין ד״ר דוד קאַץ. 

ס’איז גאָר ניט קיין צופֿאַל, וואָס דער „אַלגעמיינער‟ אַרטיקל פֿון דוד קאַץ איז דורכגעזאַפּט מיט ליבע צו רוסלאַנד און שׂינאה צו אוקראַיִנע. אין דעם זין פֿאַלט עס צונויף מיט דעם צוגאַנג פֿון דעם חב”ד, וואָס הערט ניט אויף צו זינגען מה־יפֿית פֿאַר פּוטינען. אַזוי טוט, לכל־הפּחות, די מאָסקווער ליובוויטשער בראַנזשע. עס זעט אויס, אַז אין דער שוואַרץ־און־ווײַסער וועלט פֿון דוד קאַץ איז פּוטינס רוסלאַנד אַ המשך פֿון דעם העראָיִשן סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, וואָס האָט באַפֿרײַט די וועלט פֿון פֿאַשיזם, בעת אוקראַיִנע און ליטע שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ דירעקטן המשך פֿון די קאָלאַבאָראַטאָרישע כּוחות. ער ווייסט, אַ פּנים, ניט אַז, למשל, אין דער רויטער אַרמיי, וואָס האָט מיט זיבעציק יאָר צוריק באַפֿרײַט אייראָפּע, איז יעדער דריטער זעלנער געווען אַן אוקראַיִנער. איך רעד שוין ניט וועגן דער רוסישער אַרמיי אין שפּיץ מיטן פֿאַררעטער וולאַסאָוו, כּלערליי קאָזאַקישע מיליטער־טיילן און אַנדערע רוסן, וועלכע האָבן צוזאַמען מיט די דײַטשן זיך געשלאָגט קעגן דער רויטער אַרמיי. 

אָבער ד״ר דוד קאַץ איז ניט קיין היסטאָריקער, אַפֿילו ווען עס קומט צום באַשרײַבן דעם ייִוואָ־אינסטיטוט. למשל, ער טענהט, אַז דער אינסטיטוט איז געשאַפֿן געוואָרן אין ווילנע ווי a private Jewish institution dedicated to the Yiddish language. ערשטנס, איז ייִוואָ געשאַפֿן געוואָרן אין בערלין און, ווי צירל קוזניץ האָט פּרטימדיק אויסגעפֿאָרשט אין דעם וואָגיקן בוך YIVO and the Making of Modern Jewish Culture, האָבן ס’רובֿ גרינדער פֿון דעם אינסטיטוט ניט געוואָלט, ער זאָל זיך באַזירן, חס־וחלילה, אין דער „פּראָווינציעלער שטאָט‟, ווילנע. און צווייטנס, אַז מע רעדט וועגן דעם ציל פֿונעם אינסטיטוט, איז עס געווען, קודם־כּל, ייִדישע וויסנשאַפֿט — אויף ייִדיש פֿאַרשטייט זיך.