אַ רעקאָרד־גרויסע צאָל פֿראַנצויזישע עולים

Record-Breaking French Aliyah

נײַע עולים קומען אַראָפּ פֿון אַן עראָפּלאַן אין תּל־אָבֿיבֿ
נײַע עולים קומען אַראָפּ פֿון אַן עראָפּלאַן אין תּל־אָבֿיבֿ

פֿון ייִט״אַ

Published December 19, 2014, issue of January 23, 2015.

אין דעצעמבער האָט די „ייִדישע אַגענץ‟, „סוכנות‟, געמאָלדן, אַז במשך פֿון די ערשטע 11 חדשים פֿונעם יאָר 2014 האָבן אַ רעקאָרד־גרויסע צאָל ייִדן און קרובֿים פֿון ייִדישע משפּחות — 6,655 נפֿשות — עולה געווען פֿון פֿראַנקרײַך קיין ישׂראל.

אינעם יאָר 2013 האָט די צאָל נײַע אימיגראַנטן, וואָס זענען אָנגעקומען קיין ישׂראל פֿון צפֿון־אַמעריקע, באַטראָפֿן אַ ביסל אַ קלענערע ציפֿער — 3,191 נפֿשות. די צאָל אַוועקגעפֿאָרענע פֿון פֿראַנקרײַך איז דעמאָלט געווען אויך גרעסער, אָבער נישט אַזוי מערקווירדיק — 3,293 מענטשן. אין פֿאַרגלײַך מיט צפֿון־אַמעריקע, וווּ עס וווינען 6 מיליאָן ייִדן, איז אָבער די ייִדישע באַפֿעלקערונג אין פֿראַנקרײַך אַ סך קלענער — בערך אַ האַלב מיליאָן.

אויפֿן צווייטן אָרט אין דער צאָל פֿון די הײַיאָריקע נײַע עולים שטייט אוקראַיִנע, פֿונוואַנען 5,105 אימיגראַנטן זענען אָנגעקומען קיין ישׂראל צוליב די עקאָנאָמישע צרות און דעם מיליטערישן קאָנפֿליקט מיט די פּראָ־רוסישע אויפֿשטענדלער.

ד״ר קרין עמית, אַ פֿאָרשערין פֿונעם ישׂראלדיקן „אינסטיטוט פֿון אימיגראַציע און סאָציאַלער אינטעגראַציע‟ בײַם „אַקאַדעמישן צענטער אויפֿן נאָמען פֿון רופּין‟, האָט באַמערקט, אַז הגם אַנטיסעמיטיזם און עקאָנאָמישע שוועריקייטן שפּילן אַ גרויסע ראָלע אין דער עמיגראַציע פֿון די פֿראַנצויזישע ייִדן קיין ישׂראל, איז עס אויך פֿאַרבונדן מיט זייערע וואַרעמע געפֿילן לגבי ציוניזם און צום לאַנד.

די צאָל עולים פֿון בריטאַניע זענען אויך געשטיגן פֿון יאַנואַר ביז נאָוועמבער, אין פֿאַרגלײַך מיטן גאַנצן פֿאַרגאַנגענעם יאָר — פֿון 523 ביז 573 נײַע אימיגראַנטן. אינעם פֿאַל פֿון איטאַליע האָט די צאָל אימיגראַנטן זיך פֿאַרטאָפּלט ביז 300. להיפּוך, איז די צאָל נײַע עולים פֿון דרום־אַפֿריקע און אויסטראַליע געפֿאַלן הײַיאָר אויף 23 און 36 פּרעצאָנט, און האָט באַטראָפֿן 158 און 171 נפֿשות.