די אַזוי־גערופֿענע פֿריידן פֿון ייִדיש

The So-Called Joys of Yiddish

מאַקס ווײַנרײַך און דאָס בוך „די פֿריידן פֿון ייִדיש‟ (The Joys of Yiddish) פֿון לעאָ ראָסטען
מאַקס ווײַנרײַך און דאָס בוך „די פֿריידן פֿון ייִדיש‟ (The Joys of Yiddish) פֿון לעאָ ראָסטען

פֿון לייזער בורקאָ

Published December 21, 2014, issue of January 23, 2015.

דער גרעסטער „בעסט־סעלער‟ אויף ייִדיש פֿון אַלע צײַטן איז זיכער די „צאינה ראינה‟, וואָס איז זינט דעם 17טן יאָרהונדערט דערשינען אין איבער 200 אויפֿלאַגעס, און וואָס מע שענקט ווײַטער דער כּלה במתּנה בײַ די חסידישע חתונות. וויפֿל כּלות לייענען עס טאַקע, איז הײַנט שווער צו זאָגן, ווײַל ס’איז געשריבן אין אַן אַלטפֿרענקישן ייִדיש פֿון מלך סאָביעצקיס צײַטן — פֿאַקטיש פֿון פֿריִער, ווײַל דער פּוילישער מלך סאָביעצקי איז געשטאָרבן אין 1696, מסתּמא אַ הונדערט יאָר נאָך דער ערשטער אויפֿלאַגע. על־כּל־פּנים האָט די „צאינה־ראינה‟ שוין לאַנג דערגרייכט דעם סטאַטוס פֿון אַ קלאַסיקער, וואָס דאָס מיינט, אַז עס שטייט בײַ אַלעמען אין ספֿרים־שאַנק, אָבער קיינער לייענט עס ניט.

דעם צווייטן פּלאַץ אויף אונדזער רשימה פֿון „בעסט־סעלערס‟, וואָס איז ניט אויף ייִדיש, נאָר וועגן ייִדיש, דאַרף מען צוטיילן דעם הומאָריסטישן לעקסיקאָן „די פֿריידן פֿון ייִדיש‟ (The Joys of Yiddish) פֿון לעאָ ראָסטען, וואָס איז אַרויס אין 1968 און האָט זיך פֿאַרקויפֿט אין איבער אַ האַלבן מיליאָן עקזעמפּלאַרן. אויף ווי ווײַט דער ברייטער אַמעריקאַנער עולם איז באַקאַנט מיט מאַמע־לשון, איז דאָס אין אַ גרויסער מאָס אַ דאַנק ראָסטענס „פֿריידן‟. ווען ער איז געשטאָרבן אין 1997, האָט דער „ניו־יאָרק טײַמס‟ גערופֿן זײַן בוך „דאָס דע פֿאַקטאָ סטאַנדאַרד-רעפֿערענץ־ווערק אין דער שפּראַך‟.

אַז מע קוקט אָבער אַרײַן אין די „פֿריידן‟, קען זיך דאַכטן, אַז די שפּראַך איז אַזוי אַלטפֿרענקיש ווי אין „צאינה־ראינה‟. ראָסטען שרײַבט די ייִדישע ווערטער אויף אַזאַן אופֿן, אַז ס’איז אַ מאָל שווער זיי צו דערקענען: אָט שרײַבט ער mysah פֿאַר „מעשׂה‟, אָדער gonif און gonef און gonov פֿאַר „גנבֿ‟. אַזוי שרײַבט ער אָפֿט o פֿאַרן קלאַנג „אַ‟: frosk „פֿראַסק‟, gozlin „גזלן‟, geshmott „געשמדט‟, k’nocker „קנאַקער‟. צו דעם דאָזיקן פּלאָנטער מיטן אויסלייג גיט ער נאָך צו אַ היפּש ביסל טעותן אין די דערקלערונגען, ווי אויך ווערטער וואָס זײַנען בכלל ניט קיין ייִדישע (cockamamy, kike א”אַ), אַזוי אַז דער לייענער קען זיך וווּנדערן, ווי אַזוי דער פֿאַרלאַג האָט אַדורכגעלאָזט אַזעלכע ווילדקייטן.

ס’איז ניט געווען סתּם אַ פֿאַרלאַג, נאָר די חשובֿע פֿירמע „מעקגראָ־היל‟, וואָס האָט אינעם זעלביקן יאָר אַרויסגעגעבן אוריאל ווײַנרײַכס „מאָדערן ייִדיש־ענגליש ענגליש־ייִדיש ווערטערבוך‟. די רעצענזענטן האָבן אָפֿט געמאַכט אַ פֿאַרגלײַך פֿון די ביידע ווערק, און געוויסע האָבן געהאַלטן מער פֿון די „פֿריידן‟. דער לאַנג־יאָריקער „פֿאָרווערטס‟־מיטאַרבעטער יעקבֿ רײַך, למשל, האָט געשריבן:

„לעאָ ראָסטען וועקט ליבשאַפֿט צו אונדזער ייִדישער שפּראַך. זײַן ענגלישער בוך גליט מיט וואַרעמקייט פֿאַר אונדזער שפּראַך, אונדזער פֿאָלק, אונדזער אַרט לעבן און אַרט דענקען. אוריאל ווײַנרײַכס ייִדישער בוך איז אין פֿאַרגלײַך מיט ראָסטענס ווערק אַ קאַלטער, פֿאַרגליווערטער קאַטאַלאָג פֿון ווערטער, ווערטער וואָס זײַנען מערסטנס ווייניק פֿאַרטײַטשט, אָפֿט מאָל שלעכט פֿאַרטײַטשט, אַלע מאָל געאײַלט פֿאַרטײַטשט מיט יענער אײַלעניש פֿון, לאָמיר זאָגן, אַ ביוראָקראַט אין אַ רעגירונגס־אַמט ווען אַפּילקאַנטן באַלעסטיקן אים מיט צו פֿיל פֿראַגן‟.