דער אַמסטערדאַמער מעיאָר צינט אָן אַ מנורה

Amsterdam Mayor Lights Hanukkah Candles

דער עולם זינגט „מעוז צור ישועתי‟ אויף דער חנוכּה־צערעמאָניע אין אַמסטערדאַם, דעם 16טן דעצעמבער. בעת דער דאָזיקע אונטערנעמונג, האָט דער מעיאָר פֿון דער שטאָט, עריק וואַן דער בורג, אָנגעצונדן אַ מנורה מיט הרבֿ יעקבֿ יאַקאָבס.
YouTube
דער עולם זינגט „מעוז צור ישועתי‟ אויף דער חנוכּה־צערעמאָניע אין אַמסטערדאַם, דעם 16טן דעצעמבער. בעת דער דאָזיקע אונטערנעמונג, האָט דער מעיאָר פֿון דער שטאָט, עריק וואַן דער בורג, אָנגעצונדן אַ מנורה מיט הרבֿ יעקבֿ יאַקאָבס.

פֿון ייִט״אַ

Published December 21, 2014, issue of January 23, 2015.

עריק וואַן דער בורג, וועלכער פֿירט אויס די פֿולמאַכטן פֿונעם מעיאָר נאָך דער רעזיגנאַציע פֿונעם מיניסטאָרן־קאַבינעט אינעם יאָר 2010, האָט די ערשטע נאַכט חנוכּה אָנגעצונדן אַ גרויסע מנורה, און גערופֿן די ייִדן נישט אויסצובאַהאַלטן זייער אמונה און פּראַווען זייערע יום־טובֿים בפֿרהסיא, נישט געקוקט אויפֿן שטײַגנדיקן ניוואָ פֿון אַנטיסעמיטיזם.

די צערעמאָניע איז פֿאָרגעקומען דינסטיק, דעם 16טן דעצעמבער, אויף אַ פּלאַץ אינעם אַמסטערדאַמער דרומדיקן געשעפֿט־ראַיאָן זוּידאַס, וווּ מע האָט אויפֿגעשטעלט אַ דרײַ־פֿוסיקן חנוכּה־לאָמפּ. דער מעיאָר האָט באַטאָנט, אַז אין אַזאַ אָפֿענעם באַווײַז פֿון דער רעליגיעזער און אויסדרוק־פֿרײַהייט שטעקט „דער ענטפֿער קעגן אומטאָלעראַנץ‟, צוזאָגנדיק, אַז די ברענענדיקע מנורה איז אַ „שײַנענדיקער בײַשפּיל‟ דערפֿון.

דעם פֿאַרגאַנגענעם זומער, ווען ישׂראל האָט אָנגעהויבן אַ מלחמה קעגן „כאַמאַס‟ אין עזה־פּאַס, זענען אין האָלאַנד אויסגעבראָכן אַ ריי אַנטיסעמיטישע אינצידענטן. דער „צענטער פֿון אינפֿאָרמאַציע און דאָקומענטאַציע לטובֿת ישׂראל‟ (CIDI) מיטן צענטער אין האַאַג, וואָס זאַמלט די ידיעות וועגן דעם מצבֿ פֿון ייִדן אינעם לאַנד, האָט איבערגעגעבן, אַז במשך פֿון צוויי זומער־חדשים האָט זי באַקומען אָנקלאָגן וועגן 105 אַקטן פֿון אַנטיסעמיטיזם. במשך פֿונעם גאַנצן יאָר 2013, איז די אָרגאַניזאַציע געווויר געוואָרן וועגן 147 אַזעלכע מעשׂים.

דער ליובאַוויטשער שליח פֿון אַמסטערדאַם, הרבֿ יעקבֿ יאַקאָבס, וועלכער האָט אָנגעצונדן דעם חנוכּה־לאָמפּ צוזאַמען מיטן מעיאָר, האָט אים באַדאַנקט און באַמערקט, אַז „דעם חושך קאָן מען נישט פֿאַרטרײַבן מיט חושך‟. דאָס איז אַ באַקאַנטער חב״ד־אויסדרוק, לויט וועלכן דווקא דאָס ליכט, דהײַנו די פּאָזיטיווע טעטיקייט, דינט ווי אַ סגולה קעגן פֿינצטערניש.

אַזעלכע עפֿנטלעכע חנוכּה־צערעמאָניעס זענען אין אייראָפּע אַ חידוש, וואָס האָט זיך פֿאַרשפּרייט בלויז במשך פֿון די לעצטע פּאָר יאָר. אין האָלאַנד ווערן די חנוכּה־צערעמאָניעס אָרגאַניזירט דורך פּראָ־ישׂראלדיקע קריסטלעכע גרופּעס.

דאָנערשטיק, דעם 18טן דעצעמבער, האָט דער האָלענדישער הויפּט־רבֿ, בנימין יאַקאָבס, דער טאַטע פֿונעם דערמאָנטן ליובאַוויטשער שליח, אָנגעצונדן אַ ריזיקע 36־פֿוסיקע מנורה אין אורק, אַ קליינע שטאָט לעבן אַמסטערדאַם. אין דער צערעמאָניע האָבן זיך באַטייליקט הונדערטער קריסטלעכע ציוניסטן, וועלכע האָבן אויפֿגעשטעלט דעם לאָמפּ מיט אַ יאָר צוריק לטובֿת אַ ישׂראלדיקער אָרגאַניזאַציע. אויף וויפֿל מע ווייסט, איז עס די גרעסטע מנורה אין אייראָפּע.

פֿריִער, האָט דער הויפּט־רבֿ זיך באַטייליקט אין אַן אַנדער חנוכּה־אונטערנעמונג, וועלכע איז פֿאָרגעקומען אין דער דרום־מערבֿדיקער שטאָט מידעלבורג, וווּ דער שטאָטישער מעיאָר, האַראַלד בערגמאַן, האָט איבערגעגעבן צוויי אָרטיקע ייִדן אַ קעניגלעכן ריטערשאַפֿט־אָרדן. דער 72־יאָריקער אַריה הערץ און די 73־יאָריקע רחל הערץ, וועלכע האָבן געשפּילט אַ שליסל־ראָלע אינעם איבערבויען אַ היסטאָרישע שיל מיט 20 יאָר צוריק, וועלכע איז צעשעדיקט געוואָרן בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה, זענען באַערט געוואָרן ווי ריטער מיטן האָלענדישן „אָרדן פֿון אָראַניע־נאַסאַו‟. צוליב דער טעטיקייט פֿון די באַלוינטע, האָט זיך אין מידעלבורג געשאַפֿן פֿון ס׳נײַ אַ ייִדישע קהילה.

דער עולם זינגט „מעוז צור ישועתי‟ אויף דער חנוכּה־צערעמאָניע אין אַמסטערדאַם, דעם 16טן דעצעמבער. בעת דער דאָזיקע אונטערנעמונג, האָט דער מעיאָר פֿון דער שטאָט, עריק וואַן דער בורג, אָנגעצונדן אַ מנורה מיט הרבֿ יעקבֿ יאַקאָבס.