וווּדי גאָטרי — אַ מחבר פֿון חנוכּה־לידער

Woody Guthrie – a Hanukkah Tunesmith

וווּדי גאָטרי אין קאָני־אײַלאַנד, 1952, מיט זײַנע קינדער (פֿון רעכטס): אַרלאָ, דזשאָודי און נאָראַ
Hyacinthblog
וווּדי גאָטרי אין קאָני־אײַלאַנד, 1952, מיט זײַנע קינדער (פֿון רעכטס): אַרלאָ, דזשאָודי און נאָראַ

פֿון טאָמאַס קאָנער (Forward)

Published December 21, 2014, issue of January 23, 2015.

(שײַכותדיקער אַרטיקל: http://yiddish2.forward.com/node/4507)

ווי אַ רעצענזענט פֿון דער פּאָפּ־מוזיק, האָב איך במשך פֿון די יאָרן שוין געהערט אַ סך קלאַסישע ניטל־לידער — געוויינטלעך אָנגעשריבן דווקא פֿון ייִדישע קאָמפּאָזיטאָרן. חנוכּה־שלאַגערס, פֿון דער אַנדערער זײַט, זענען נישט אַזוי גרינג צו געפֿינען.

איין פֿאָלקסזינגער, און דווקא נישט קיין ייִד, האָט טאַקע געפּרוּווט פֿאַרריכטן דעם טעות: דער אָקלאַהאָמער לידער־שרײַבער, וווּדי גאָטרי. ווי אַזוי איז ער געקומען צו שרײַבן לידער וועגן חנוכּה? נאָכן וואַנדערן יאָרן לאַנג איבער אַמעריקע, זיך אויסלערנענדיק פֿאָלקסלידער פֿון די אָרעמע אַרבעטער פֿון פֿאַרשידענע קולטורן, האָט ער זיך פֿאַרליבט אין אַ ייִדישער טאָכטער פֿון ברוקלין, מאַרדזשאָרי מאַזיאַ (די טאָכטער פֿון דער לינק־געשטימטער ייִדישער פּאָעטעסע אַליזה גרינגבלאַט), חתונה געהאַט און זיך באַזעצט מיט איר אין קאָני־אײַלענד, וווּ זיי האָבן דערצויגן דרײַ קינדער — אַרלאָ, נאָראַ און דזשאָודי.

וווּדי האָט אָנגעשריבן אַ סך לידער פֿאַר זײַנע קינדער, אַרײַנגערעכנט אַ צאָל חנוכּה־לידער. The Many and the Few איז זיכער דאָס אינטערעסאַנטסטע פֿון זיי אַלע, און באַשטייט פֿון נישט ווייניקער ווי 20 סטראָפֿעס. עס דערציילט די געשיכטע פֿון חנוכּה דורך די פֿאַרשידענע היסטאָרישע פֿיגורן, וועלכע האָבן געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אין דעם. וווּדי הייבט דווקא נישט אָן מיטן ווידערשטאַנד פֿון די מכּבייער אין יאָר 138 פֿאַר דער איצטיקער צײַט־רעכענונג, נאָר מיט 370 יאָר פֿריִער — אין 539 פֿאַר דער איצטיקער צײַט רעכענונג, ווען דער פּערסישער קעניג צירוס האָט פֿאַרכאַפּט בבֿל. אַ דאַנק דעם קעניג צירוס, האָבן די ייִדן, וועלכע מע האָט געהאַט פֿאַרטריבן אין גלות, געקאָנט זיך אומקערן קיין ירושלים און ווידער אויפֿבויען דעם בית־המיקדש. אין וווּדיס ליד, אָנגעשריבן אַרום 1950, איז חנוכּה געוואָרן אַ בפֿירושער ציוניסטישער משל וועגן אומקערן זיך אינעם אייגענעם לאַנד.

וווּדיס חנוכּה־באַלאַדע איז געווען בכלל אומבאַקאַנט דעם הײַנטיקן עולם, ביז די מוזיקאַלישע גרופּע „קלעזמאַטיקס‟ האָט אין 2006 אַרויסגעלאָזט אַ גאַנצע ריי פֿון זײַנע חנוכּה־לידער, דורך זייער אַלבום Woody Guthrie’s Happy Joyous Hanukkah.

אָט קענט איר הערן ביידע נוסחאָות פֿון The Many and the Few: איינער, וווּ וווּדי גאָטרי זינגט עס אַליין אויף זײַן פֿאָלקסישן שטייגער, און דער צווייטער — אויסגעפֿירט פֿון די „קלעזמאַטיקס‟: