„עף־בי־אײַ‟ פֿאָרשט דראָונג צו חסידישן געזעץ־געבער אין נ״י

FBI Investigating Threat to Hasidic Lawmaker in NY

אַהרן ווידער
אַהרן ווידער

פֿון ייִט״אַ

Published December 23, 2014, issue of January 23, 2015.

די פֿעדעראַלע אינסטאַנצן האָבן אָנגעהויבן אַן אויספֿאָרשונג פֿון אַ דראָענדיקער פֿאָטאָגראַפֿיע, וואָס עמעצער האָט געשיקט אַ חסידישן געזעץ־געבער אין אַ פֿאָרשטאָט פֿון ניו־יאָרק.

אַהרן ווידער, דער מאַיאָריטעט־פֿירער פֿון דער לעגיסלאַטור אין ראָקלאַנד־קאַונטי, האָט די פֿאַרגאַנגענע וואָך באַקומען אין דער פּאָסט אַ פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון זײַן קאָפּ, וואָס מע האָט צוגעקלעפּט צום גוף פֿון אַ מענטש, וואָס ISIS האָט געקעפּט. אויף דער פֿאָטאָגראַפֿיע איז געשטאַנען ווידערס נאָמען, אַראַבישע שריפֿט און אַ פֿאָן פֿון ISIS, האָט געמאָלדן די „איי־פּי‟.

אויפֿן קאָנווערט, וואָס איז געשיקט געוואָרן פֿון מאָנסי, ניו־יאָרק, איז געשטאַנען, אַז דער מענטש וועלכער שיקט דעם בריוו הייסט „משה מאָהאַמעד‟. די „בשותּפֿותדיקע אַרבעט־גרופּע קעגן טעראָריזם‟, וואָס אַרבעט מיט מיט דער „עף־בי־אײַ‟, פֿירט איצט דורך די אויספֿאָרשונג. דער שעריף פֿון ראָקלאַנד־קאַונטי, לויִס פֿאַלקאָ, האָט פֿרײַטיק באַשטעטיקט פֿאַר דער אָרטיקער צײַטונג, Journal News, אַז די דראָונג ווערט אויך געפֿאָרשט דורך פֿעדעראַלע אינסטאַנצן.

„מיר נעמען אָן אַזאַ דראָונג זייער ערנסט, און וועלן נאָענט מיטאַרבעטן מיט אונדזערע שותּפֿים אין דער פּאָליציי און אין דער ׳עף־בי־אײַ׳, כּדי אויסצוגעפֿינען ווער ס׳האָט דאָס געשיקט,‟ האָט פֿאַלקאָ באַטאָנט.

ווידער האָט געזאָגט, אַז דער ציל פֿון דער פֿאָטאָגראַפֿיע איז, אַ פּנים, געווען אים איבערצושרעקן און שאָקירן. „ס׳מאַכט שוין נישט אויס, צי דאָס איז אַ סימפּאַטיקער פֿון ISIS אָדער אַ מענטש וועלכער האָט פֿײַנט די אָרטאָדאָקסישע קהילה,‟ האָט ער באַמערקט. „ביידע מעגלעכקייטן זענען עקלדיק.‟

„די טעג זאָרג איך זיך כּסדר ווער ס׳גייט מיר נאָך,‟ האָט ווידער צוגעגעבן. „איך פֿאַרשליס טאַקע די טירן בײַ נאַכט, אָבער דאָס לעבן גייט ווײַטער, און מע האָפֿט, אַז אַלץ וועט זיך אויסלאָזן צום גוטן.‟

ווידער, וועלכער איז דערוויילט געוואָרן אין 2011, איז דער איינציקער חסיד, וועלכער דינט אין דער לעגיסלאַטור פֿון ראָקלאַנד־קאַונטי.