גלײַכגילט צו דער שפּראַך־פּאָליציי

Ignoring the Language Police

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published December 24, 2014, issue of January 23, 2015.

דאָס בוך „בבֿל אין ציון‟ פֿון ליאורה האַלפּערין
דאָס בוך „בבֿל אין ציון‟ פֿון ליאורה האַלפּערין

דער ענין פֿון שפּראַך און קולטור איז געשטאַנען זײער הױך אױפֿן סדר־היום פֿון ייִדישער פּאָליטיק נאָך דער ערשטער װעלט־מלחמה. אין ארץ–ישׂראל האָט מען געבױט אַ נײַעם העברעיִש־רעדנדיקן ייִשובֿ, בשעת אין אַמערקיע און מיזרח־אײראָפּע האָט מען אַנטװיקלט אַ מאָדערנע גלות־קולטור אױף ייִדיש. די באַציִונגען צװישן די פֿאַרשידענע צענטערס פֿון דער ייִדישער װעלט זײַנען אָפֿטמאָל געװען געשפּאַנטע. שמואל ניגער האָט געשריבן אין „דער טאָג‟ אין 1921: „מיר האָבן שױן גענוג זיך אָנגערעדט װעגן די שפּראַכן. צײַט זײ לאָזן רעדן אַלײן. זאָל יעדע פֿון זײ — יעדע אױף איר געביט — װײַזן, װאָס זי קאָן; זאָל דער קאַמף, דער װעט־קאַמף צװישן זײ פֿאָרקומען אױפֿן פֿעלד פֿון מעשׂים.‟

די געשיכטע פֿון שפּראַכלעכע „מעשׂים‟ אינעם ארץ־ישׂראלדיקן ייִשובֿ אין די 1920ער יאָרן איז די טעמע פֿון דער היסטאָרישער פֿאָרשונג „בבֿל אין ציון‟ פֿון ליאורה האַלפּערין. דער צװעק פֿון די ציוניסטישע קולטור־טוער איז געװען צו מאַכן העברעיִש פֿאַר די אײן־און־אײנציקע שפּראַך אינעם ייִשובֿ װי אַ גרונד פֿאַר אױספֿורעמען אַ נײַע קאָלעקטיװע באַװוּסטזײַן פֿון דער קומעדיקער ישׂאלדיקער נאַציע. אָבער אינעם טאָג־טעגלעכן לעבן האָט דאָרט געהערשט פֿילשפּראַכיקײט. פּראַקטיש איז דער ציוניסטישער אידעאַל ניט געװען מעגלעך מקוים צו װערן, װײַל מען האָט געדאַרפֿט אונטערהאַלטן מיט דער בריטישער קאָלאָניאַלער אַדמיניסטראַציע, מיט אַראַבישע שכנים און מיט ייִדן אין גלות. אַזױ אַרום האָט העברעיִש געמוזט לעבן צוזאַמען מיט ענגליש, אַראַביש, ייִדיש און אַנדערע אײראָפּעיִשע שפּראַכן.

העברעיִש איז אָפֿיציעל אָנגענומען געװאָרן װי די שפּראַך פֿונעם ייִדישן ייִשובֿ ערבֿ דער ערשטער װעלט־מלחמה. אַ װיכיטיק געװינס איז געװען דער באַשלוס אַריבערצופֿירן לימודים אין דעם טכניון אין חיפֿה פֿון דײַטשיש אױף העברעיִש. אָבער די קנאים פֿון דער העברעיִשער אײנשפּראַכיקײט האָבן געהאַלטן, אַז מען דאַרף פֿירן די מלחמה װײַטער ביזן ענדגילטיקן נצחון. זײ האָבן געשאַפֿן אַ מין „שפּראַך־פּאָליצײ‟, װאָס האָט געהיט די שפּראַכלעכע „אָרדענונג‟ אױף די גאַסן פֿון די ייִדישע שטעט. אין 1927 האָבן זײ ניט דערלאָזט צו שאַפֿן די קאַטעדרע פֿון ייִדיש אינעם העברעיִשן אוניװערסיטעט אין ירושלים. זײ האָבן געטענהט, אַז פֿילשפּראַכיקײט פֿירט צו כאַאָס, אַנאַרכיע און הפֿקרות. און די סאַמע געפֿערלעכע שפּראַך אין זײערע אױגן איז געװען טאַקע ייִדיש.

קאַפּיטלען אין האַלפּערינס בוך באַהאַנדלען פֿאַרשידענע ספֿערעס פֿון שפּראַך־באַנוץ: אין דער הײם און אױף דער גאַס, אין שול און דערציִונג, אין האַנדל און געשעפֿטן, אין משׂא־ומתן מיט דער קאָלאָניאַלער מאַכט, מיט די אַראַבער. דאָס זײַנען געװען די ספֿערעס פֿון קאָנטאַקט פֿון העברעיִש מיט פֿאַרשידענע אַנדערע שפּראַכן, און יעדע אײנע פֿון זײ האָט פֿאַרקערפּערט אַ געװיסע סכּנה פֿאַר דער אײנשפּראַכיקער העברעיִשער אוטאָפּיע. אַפֿילו אין תּל־אָבֿיבֿ איז עס געװען ניט מעגלעך צו קאָנטראָלירן, אױף װאָס פֿאַר אַ שפּראַך מען רעדט צװישן זיך אין דער הײם אָדער אױף דער גאַס. דער ציל פֿונעם ציוניסטישן פּראָיעקט איז געװען צו מאַכן פֿון לשון־קודש אַ לשון־חול, אָבער דװקא אין „חיי חולין‟ איז מען פֿאַרבליבן כּסדר געטרײַ די אַלטע גלות־שפּראַכן, ייִדיש, פּױליש, רוסיש, דײַטשיש. אַפֿילו חײם נחמן ביאַליק, דער לעבעדיקער סימבאָל פֿון דער הערבעיִשער קולטור, האָט אַמאָל „באַשמוצט‟ זײַן מױל מיט ייִדיש אין טאָג־טעגלעכע שמועסן.

די פֿרעמדע שפּראַכן האָבן װײַטער געלעבט, און ניט נאָר אין דער הײם. האַלפּערין דערמאָנט אַן אַנעקדאָט פֿון די 1940ער יאָרן װעגן אַ מאַמע און אַ זון אין אַ תּל־אָבֿיבֿער קאַפֿע. אױף דער װאַנט הענגט אַ שילד מיט קידוש־לבֿנה אותיות: „דבר עבֿרית!‟. דער זון דערקלערט דער מאַמען אין דײַטשיש, אַז דאָ מוז מען רעדן רק העברעיִש. „דאָס איז דאָך פֿאַר די סאַרװערס,‟ דערװידערט אים די מאַמע אױף דײַטשיש. זי קומט פֿון אײראָפּע און האַלט זיך העכער פֿון די אָרטיקע סאַרװערס, און אין אירע אױגן איז העברעיִש אַ „נידעריקע‟ שפּראַך פֿון דינערשאַפֿט. אַזאַ מין פֿאַרשפּרײטע באַציִונג איז געװען אַ האַרבע פּראָבלעם פֿאַר די קעמפֿער פֿאַר העברעיִש, װײַל דאָס האָט במילא אַנטפּלעקט די אָרעמקײט פֿון דער הערברעיִשער קולטור אין פֿאַרגלײַך מיט פֿרעמדע אײראָפּעיִשע מוסטערן. מען האָט אָרגאַניזירט פּראָטעסטן קעגן אײראָפּעיִשע און אַמעריקאַנער פֿילמען, אָבער באַזונדערס שאַרף האָט מען זיך געשלאָגן קעגן ייִדיש. אײניקע ציוניסטישע טוער האָבן אַפֿילו מורא געהאַט, אַז די בריטישע מאַכט װעט באַשליסן, אַז ייִדיש און ניט העברעיִש איז די אמתדיקע נאַציאָנאַלע ייִדישע שפּראַך און אָפּשאַפֿן דעם אָפֿיציעלן סטאַטוס פֿון העברעיִש.

שושנה פּערסיץ, די טאָכטער פֿונעם באַרימטן רוסיש־ייִדישן גבֿיר און העברעיִשן כּלל־טוער הילל זלאַטאָפּאָלסקי, האָט דערקלערט דעם מצבֿ פּראָסט־און־פּשוט אין אַ פּריװאַטן בריװ אין 1930: „אין דער שפּראַך־מלחמה איז די סכּנה ניט ענגליש אָדער דײַטשיש (הגם איך בין קעגן װאָסער ניט איז פֿרעמדער שפּראַך אינעם לאַנד), נאָר דװקא ׳זשאַרגאָן׳.‟ די ייִדישיסטן זײַנען אױך געװען קאַטעגאָריש. שמואל ניגער האָט זיך שאַרף אַנטקעגנגעשטעלט דער ציוניסטישער שפּראַך־פּאָליטיק: „זײ לערנען זיך אױס מאַכן אַן אָפּגאָט, אַן עבֿודה־זרה פֿון די אױסערלעכע סימנים פֿון דער נאַציאָנאַלער טראַדיציע. זײ װאַרפֿן אַװעק אירע קערנדלעך, איר תּוך, און מאַכן אַ פֿאָנע פֿון איר שאָלעכץ. זײ לערנען זיך דאָס, װאָס די ערגסטע לערער לערנען די קינדער אין די גױיִשע ׳קאַזיאָנע׳ שולן.‟



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.