פֿרומע און פֿרײַע לערנען תּנ״ך אין איינעם

Religious and Secular Learning Bible Together

די דרײַ אָרגאַניזירער פֿון דער „איניציאַטיוו 929‟, בײַם מעלדן די גרינדונג פֿונעם פּראָיעקט, דעם 17טן דעצעמבער. פֿון רעכטס: די פּראָפֿעסאָרן יאיר זאַקאָוויץ און אַבֿיגדור שינאן, און דער ישׂראל־פּרעזידענט ראובֿן ריבֿלין
די דרײַ אָרגאַניזירער פֿון דער „איניציאַטיוו 929‟, בײַם מעלדן די גרינדונג פֿונעם פּראָיעקט, דעם 17טן דעצעמבער. פֿון רעכטס: די פּראָפֿעסאָרן יאיר זאַקאָוויץ און אַבֿיגדור שינאן, און דער ישׂראל־פּרעזידענט ראובֿן ריבֿלין

פֿון עמיל קאַלין

Published December 26, 2014, issue of January 23, 2015.

די ציוניסטישע באַוועגונג, זינט אירע ערשטע טעג אָן, האָט זיך געשטעלט אַ ציל אָפּצוזוכן פֿאַר די פֿאַרפּלאָגטע ייִדן, איבערהויפּט פֿון מיזרח-אייראָפּע, אַ שטח אויף וועלכן מע וועט קענען גרינדן אַ ייִדישע אומאָפּהענגיקע מלוכה — אַ ייִדישע מדינה. וואָס זשע הייסט טאַקע אַ ייִדישע מדינה? — האָבן זיך די ייִדן געפֿרעגט מיט רעכט. צי זאָל די מדינה זײַן אַ מלכות פֿון כּהנים, וואָס איר עיקר־ציל איז צו דינען ווי אַ קולטורעלער צענטער פֿאַרן ייִדישן פֿאָלק, לויט אחד-העמס וויזיע? צי זי זאָל זײַן אַ פּאָליטישע מדינה, וואָס איר הויפּט־ראָלע איז צו זײַן אַ מקום-מיקלט פֿאַר ייִדן, ווי הערצל האָט עס באַשטעטיקט?

איז דאָס אַ מדינה פֿאַר ייִדן אָדער דאַרף מען עפּעס צולייגן צו דעם כאַראַקטער, כּדי די מדינה אַליין זאָל זײַן ייִדישלעך, וואָס עס זאָל נישט מיינען? אָט די פֿראַגע האָט מען ביז דעם הײַנטיקן טאָג נישט געלייזט ענדגילטיק און דאָך, קען איך נישט פֿאַרגעסן די פֿינקלענדיקע אויגן פֿון מײַן חבֿרטע, הײַנט מײַן פֿרוי, בשעתן גיין איבער אַ צענטראַלער גאַס. איך האָב זיך דעמאָלט אַ ביסל דערשראָקן — ווי קומט אַזאַ שײַן אין אירע אויגן? זאָל דאָס זײַן, חלילה, עפּעס אַ ירושלים-סינדראָם? 

זי האָט מיך באַרויִקט און געגעבן צו פֿאַרשטיין, אַז עס איז אַ וווּנדער פֿאַר ייִדן פֿון גלות, אַפֿילו גלות אַמעריקע, אָנצוקומען אין אַ לאַנד, וווּ די שילדן פֿון די קלייטן זײַנען אויף העברעיִש, וווּ כּמעט אַלץ איז פֿאַרמאַכט שבת און יום-טובֿ, און וווּ די אויסדרוקן ווי „חס־וחלילה‟ און „אין אַ גוטער שעה‟, הערט מען אומעטום, און נישט נאָר פֿון די רעליגיעזע.

אַקעגן וואָס דערמאָן איך דאָס?

אָט, איז לעצטנס צוגעקומען אַ נײַער ענטפֿער צו דער סדרה ענטפֿערס אויף דער קשיא: מיט וואָס איז אַנדערש אַ ייִדישע מדינה; מיט וועלכע מיטלען דריקט זי אויס איר ייִדישקייט? דערמיט וואָס אַלע לערנען „פּרק יומי‟ - אַ טעגלעכן פּרק פֿון תּנ”ך. 

די איניציאַטיוו פֿון טעגלעכן פּרק אָדער ווי מע רופֿט זי: „איניציאַטיוו 929‟, שטעלט זיך ווי אַ ציל צו פֿאַרשפּרייטן דאָס לייענען תּנ”ך צווישן דעם עולם. אין די קומענדיקע צוויי און אַ האַלב יאָר וועלן די ישׂראלים לערנען איין פּרק פֿון תּנ”ך יעדן טאָג, אָבער אָנשטאָט צו לייענען מיט רש”י, מפֿרשים און תּרגום, זײַנען די „מפֿרשים‟ די עליטע פֿון דער ישׂראלדיקער אינטעליגענץ — שרײַבער, קינסטלער, אַקאַדעמיקער, זשורנאַליסטן. זיי גיבן צו צום פּרק זייערע אייגענע קאָמענטאַרן, הערות און „קנייטשן‟; צווישן די באַטייליקטע קען מען געפֿינען סײַ פֿרומע, סײַ וועלטלעכע און… צו־להכעיסניקעס. ווי קען דען אַנדערש זײַן בײַ ייִדןי?!