ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס

News from Buenos Aires

טוריסטן באַזוכן באַרילאָש אין 2012, כּדי צו זען דאָס גרעסטע פּאַסכע־איי אויף דער וועלט. אַ טייל פֿון די אָרטיקע אײַנוווינער האָבן דאָרט אָרגאַניזירט אַ קאַמפּאַניע קעגן ישׂראלדיקע טוריסטן.
Getty Images
טוריסטן באַזוכן באַרילאָש אין 2012, כּדי צו זען דאָס גרעסטע פּאַסכע־איי אויף דער וועלט. אַ טייל פֿון די אָרטיקע אײַנוווינער האָבן דאָרט אָרגאַניזירט אַ קאַמפּאַניע קעגן ישׂראלדיקע טוריסטן.

פֿון אַבֿרהם ליכטענבוים

Published December 24, 2014, issue of January 23, 2015.

אַרגענטינער רעגירונג פֿאַרדאַמט בויקאָט פֿון ישׂראלדיקע טוריסטן אין טוריסטן־צענטער באַרילאָטשע

באַרילאָטשע איז איינע פֿון די שענסטע טוריסטישע צענטערס פֿון אַרגענטינע. די שטאָט געפֿינט זיך אַ 1,000 מײַל פֿון בוענאָס־אײַרעס, און פֿון דער גאַנצער װעלט קומען טוריסטן און באַװוּנדערן די פּרעכטיקע בערג, באַדעקט מיט אוראַלטע װעלדער, טײַכן מיט װעלט־באַרימטע פֿאָרעלן, האָטעלן און רעסטאָראַנען, װאָס װערן אָפּגעשאַצט אין אַלע טוריסטישע װעגװײַזערס, מיט שנייספּאָרט װינטערצײַט און װוּנדערלעכע שפּאַצירן זומערצײַט.

נאָכן קריג האָבן זיך אַ סך נאַציס באַזעצט אין באַרילאָטשע און אַ פּאָר פֿאַרברעכערס זײַנען דאָרט געכאַפּט געװאָרן און פֿאַרמישפּט געװאָרן אין אייראָפּעיִשע טריבונאַלן. אין באַרילאָטשע װוינען אַ פּאָר הונדערט ייִדן, אָרגאַניזירט אין אַ קהילה און עס פֿונקציאָנירט אַ ייִדישער קינדער־גאָרטן און אַ קאָנסערװאַטיװע שול. די לעצטע צענדליקער יאָר, װען ישׂראלדיקע יוגנט פֿאַרענדיקט זייער מיליטער־דינסט און מען פֿאָרט שפּאַצירן איבער דער װעלט איז באַרילאָטשע און די אַרומיקע פּלעצער פֿון דער פּאַטאַגאָניע, דער דרומדיקער טייל פֿון אַמעריקאַנער קאָנטינענט, אַ װיכטיקער פּונקט אין זייער מאַרשרוט.

„על באָלסאָן‟ איז אַ שטאָט פֿון 20,000 אײַנװוינערס, װאָס געפֿינט זיך אַן 80 מײַל פֿון באַרילאָטשע אויף אַ באַרג. די שטאָט איז באַקאַנט איבער איר עקאָלאָגישער און אָרגאַנישער אידעאָלאָגיע. אָבער די לעצטע װאָכן האָט מען אָנגעהויבן אַ קאַמפּיין קעגן די ישׂראלדיקע טוריסטן. מען האָט באַשולדיקט די ייִדישע יונגע לײַט אין „ישׂראלדיקן מיליטערישן טוריזם‟. מען האָט זיי באַשולדיקט אין שפּיאָנאַזש און מען האָט רעקאָמענדירט די אײַנװוינערס נישט צו באַדינען ישׂראלים. מען האָט אויפֿגעהאָנגען פּלאַקאַטן אין די געשעפֿטן מיט דער לאָזונג „איך שטיץ אַ פֿרײַע פּאַלעסטינע‟, „באָיקאָט אויף דעם ישראלדיקן מיליטערישן טוריזם. גענוג גענאָציד‟. די אַקציע האָט אָרגאַניזירט אַ „סאָלידאַרער רעגיאָנעלער קאָמיטעט פֿאַר פּאַלעסטינע‟. די לאָקאַלע קהילה האָט גלײַך רעאַגירט, די בוענאָס־אײַרעסער „דאַיאַ‟ האָט אינטערװענירט און דער בירגערמײַסטער פֿון „על באָלסאָן‟, די פּראָװינץ און די אַרגענטינער רעגירונג האָבן גלײַך דערקלערט, אַז אַזאַ אויפֿפֿירונג איז קעגן דער קאָנסטיטוציע, מע מוז גלײַך אָפּשטעלן דעם באָיקאָט און געפֿאָדערט, אויב דער „באַליידיקטער‟ װיל, מען זאָל אים גלײַך אויפֿנעמען און אינדעמניזירן פֿאַר די „מאָראַלישע שאָדנס‟. אַלע פּאָליטישע ריכטונגען, צײַטונגען, ראַדיאָ און טעלעװיזיע־קאַנאַלן האָבן פֿאַרטיידיקט דאָס רעכט פֿון די ישׂראלדיקע טוריסטן און קריטיקירט די אַנטיסעמיטישע אויסברוכן אין אַ שטאָט, װאָס האָט ביז איצט געשמט מיט אַ פּלוראַליסטיש ליבעראַלן, דעמאָקראַטישן צוגאַנג ביז די פּאַלעסטינער קרײַזן פֿון טשילע, װאָס געפֿינט זיך אַ 5 מײַל פֿון דער שטאָט, האָבן זיך אַרײַנגעמישט, און לאָקאַלע אַנטיסעמיטן האָבן זיי געשטיצט.