אַ קאָמפּיוטערישע כּשרות־המצאה פֿון עסטלאַנד

Estonian Kosher Food Problem Yields Smartphone Solution

פֿון כּנען ליפֿשיץ (ייִט״אַ)

Published December 26, 2014, issue of January 23, 2015.

ווען חיים גרינפֿעלד פֿון טאַלין האָט אָנגעהויבן היטן כּשרות, פֿלעגט ער כּסדר גיין אין אַ קראָם צו קלינגען זײַן חבֿר משה בעשקין, איינער פֿון דער קליינער צאָל פֿרומע ייִדן אין עסטלאַנד, וועלכער אַרבעט ווי אַ קאָמפּיוטער־פּראָגראַמיסט, כּדי אויסצוגעפֿינען, צי מע מעג עסן אַ געוויסן פּראָדוקט.

מיט צוויי יאָר צוריק, האָט גרינפֿעלד זיך גענייטיקט אין זײַן חבֿרס הילף, ווײַל אַ סך כּשרע פּראָדוקטן אין עסטלאַנד — אַזוי ווי אין ס׳רובֿ אַנדערע אייראָפּעיִשע לענדער — זענען נישט געשטעמפּלט מיט אַן אָפֿיציעלן הכשר־סימן. דער 37־יאָריקער בעשקין האָט איבערגעגעבן, אַז ער איז געווען צופֿרידן צו העלפֿן אויפֿן טעלעפֿאָן, אָבער שפּעטער האָט ער זיך באַטראַכט, אַז עס וואָלט געווען עפֿעקטיווער צו שאַפֿן אַ ספּעציעלע פּראָגראַם — אַן עלעקטראָנישן וועגווײַזער פֿון כּשרע פּראָדוקטן.

מיט עטלעכע חדשים צוריק, האָט בעשקין בשותּפֿות מיט אַ צווייטן פּראָגראַמיסט, יעווגעני לעווין, אַרויסגעגעבן זייער כּשרות־פּראָגראַם פֿאַר צעל־טעלעפֿאָנען. די מחברים באַטאָנען, אַז דאָס איז דאָס בעסטע עלעקטראָנישע מיטל פֿון אַזאַ מין אין דער וועלט, וואָס דערמעגלעכט זיך צו פֿאַרבינדן מיט פֿאַרשיידענע אינפֿאָרמאַציע־באַזעס און באַקומען אַ ידיעה וועגן כּשרע פּראָדוקטן אומעטום אין דער וועלט.

די נײַע פּראָגראַם, וואָס הייסט ?Is It Kosher („איז עס כּשר?‟), קאָסט נישט קיין געלט; איבער 20,000 מענטשן אין 40 פֿאַרשיידענע לענדער האָבן עס שוין אינסטאַלירט אויף זייערע טעלעפֿאָנען. די אינפֿאָרמאַציע־באַזע נעמט אַרום מער ווי 100,000 פּראָדוקטן. בעשקין האָט געזאָגט, אַז יעדן חודש באַווײַזן זיך בערך 4,000 נײַע באַנוצער פֿונעם עלעקטראָנישן זוך־מיטל.

די ידיעות וועגן פּראָדוקטן, וואָס האָבן אַ געוויסן הכשר, קאָן מען געפֿינען אויף די וועבזײַטן פֿון פֿאַרשיידענע כּשרות־אָרגאַניזאַציעס. דער חידוש פֿון דער נײַער פּראָגראַם באַשטייט אין דעם, וואָס זי פֿאַראייניקט די באַזונדערע רשימות און דערמעגלעכט דורכצופֿירן אַ מער צענטראַליזירן אויפֿזוך, נישט געקוקט אויף די שפּראַכלעכע און אַנדערע אונטערשיידן צווישן די אינפֿאָרמאַציע־באַזעס. צום בײַשפּיל, די דײַטשישע כּשרע רשימה פֿון די שווייצאַרישע ייִדן ווערט אינטעגרירט מיט דער ענגלישער „הילע‟ פֿון דער פּראָגראַם. בעשקין האָט אויך באַמערקט, אַז אַ דאַנק דער נײַער המצאה קאָן מען צומאָל אָפּשפּאָרן געלט, ווײַל זי דערמעגלעכט צו פֿאַרגלײַכן די פּרײַזן פֿון כּשרע פּראָדוקטן פֿון אַ געוויסן מין.

די פּראָגראַמיסטן, וועלכע האָבן פֿאַרווירקלעכט זייער פּראָיעקט נאָך זייער טעגלעכער אַרבעט, האָבן באַקומען די שטיצע פֿון ROI Community — אַן אינטערנאַציאָנאַלע נעץ אַקטיוויסטן, געשאַפֿן דורך דער „פֿונדאַציע פֿון דער משפּחה טשאַרלס און לין שוסטערמאַן‟. הגם די עצם־פּראָגראַם וועט בלײַבן אומזיסט, האָפֿן זיי צו פֿאַרדינען צוליב איר אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים — למשל, אַרײַנצושטעלן רעקלאַמעס.

די גאַנצע עסטאָנישע ייִדישע באַפֿעלקערונג באַטרעפֿט בלויז 2,500 נפֿשות — אַ טונקעלער שאָטן פֿון דער אַמאָליקער גרויסער קהילה, וואָס האָט דאָרטן געבליט פֿאַרן חורבן. בעשקין האָט באַטאָנט, אַז די נײַע המצאה איז אַ סימן פֿונעם אַקטיוון ייִדישן לעבן אינעם לאַנד.