ידיעות פֿון מאָסקווע

News from Moscow

דער ישׂראלדיקער זשורנאַליסט וולאַדימיר ביידער באַקומט די „פֿידלער אויפֿן דאַך‟־פּרעמיע
דער ישׂראלדיקער זשורנאַליסט וולאַדימיר ביידער באַקומט די „פֿידלער אויפֿן דאַך‟־פּרעמיע

פֿון אלכּסנדרה פּאָליאַן

Published December 24, 2014, issue of January 23, 2015.

רוסישער חב״ד טיילט אויס „פֿידלער אויפֿן דאַך‟־פּרעמיעס

די צענטראַלע געשעעניש פֿון דער חנוכּה־וואָך אין מאָסקווע איז די צערעמאָניע, וואָס דער רוסלענדישער חב”ד פֿירט דורך יעדעס יאָר אין קרעמל — אַ יום־טובֿדיקער אָוונט מיט אַ קאָנצערט. דער וויכטיקסטער טייל פֿון דער צערעמאָניע איז דאָס אײַנהענטיקן די פּרעמיע „פֿידלער אויפֿן דאַך‟, אָדער „דער מענטש פֿונעם יאָר‟. די פּרעמיע ווערט צוגעטיילט די, וואָס לויט דער ווערסיע פֿון רוסישן חב”ד, האָבן בײַגעטראָגן צו דער אַנטוויקלונג פֿון דער ייִדישער קולטור אין רוסלאַנד, פֿאַרבעסערט די לעבן־באַדינגונגען פֿון ייִדן אָדער געראַטעוועט ייִדן.

הײַאָר האָבן באַקומען די פּרעמיע קאָנסטאַנטין פֿאַם — דער רעזשיסער פֿונעם פֿילם „שיכעלעך‟ (אַ געשיכטע וועגן חורבן); דער ישׂראלדיקער זשורנאַליסט וולאַדימיר ביידער; דער פֿאָרזיצער פֿון דער קראַסנאָדאַרער ייִדישער קהילה, אריה־לייב טקאַטש; דער מעצענאַט אַלכּסנדר קליאַטשין, און דער וויצע־בורגאָמײַסטער פֿון מאָסקווע, מאַראַט כוסנולין - פֿאַר זײַן ראָלע אין דער אַנטוויקלונג פֿון ייִדישע סטרוקטורן אין מאָסקווע.

די פּרעמיע האָבן באַקומען אויך עטלעכע אָרגאַניזאַציעס: די שולן־נעץ „אָרט‟; דער טעאַטער אויף מאַיאַקאָווסקיס נאָמען, וואָס האָט אויפֿגעפֿירט דעם ספּעקטאַקל „באַרדיטשעוו‟, און דער נײַער מאָסקווער ייִדישער מוזיי — פֿאַר דער אויסשטעלונג „ענדי וואָרהאָל: 10 באַרימטסטע ייִדן פֿונעם 20סטן י”ה‟.

אין דער קאַטעגאָריע ליטעראַטור, איז די פּרעמיע צוגעטיילט געוואָרן וואַלערי דימשיצן — דער עטנאָגראַף, ליטעראַטור־פֿאָרשער און איבערזעצער, פֿאַר זײַנע צאָלרײַכע ליטעראַרישע איבערזעצונגען פֿון ייִדיש. די וואָך איז אַרויס נאָך אַ בוך, וואָס דימשיץ האָט איבערגעזעצט און רעדאַגירט — די רוסישע איבערזעצונג פֿון זלמן שנאורס „דער פֿעטער זשאַמע‟.

און די לעצטע — און אויך די וויכטיקסטע — פּרעמיע האָט באַרומען יון דעגען, דער העלדישער סאָוועטישער טאַנקיסט, וואָס האָט געקעמפֿט קעגן די נאַציס בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה, און איז אויך אַ דאָקטער, פּראָפֿעסאָר פֿון מעדיצין, דיכטער און שרײַבער.

דעגען לעבט שוין לאַנג אין ישראל, און איז געקומען קיין רוסלאַנד בלויז אויף עטלעכע טעג. ער האָט זיך געטראָפֿן מיטן ברייטן עולם אינעם נײַעם ייִדישן מוזיי און פּערזענלעך — מיטן הויפּט־רבֿ, בערל לאַזאַר.