דער לעצטער ייִדישער לאַקס־שנײַדער אין „זייבאַרס‟

The Last Jewish Lox Slicer at Zabar's

לען בערק
לען בערק

פֿון פּאָל בערגער (Forward)

Published December 26, 2014, issue of January 23, 2015.

אַנע ראָטשטיין שטייט אינעם באַרימטן ניו־יאָרקער דעליקאַטעסען „זייבאַרס‟ און קוקט זיך צו ווי לען בערקס מעסער שנײַדט אָפּ אַ גאָר דין רעפֿטל פֿונעם גערייכערטן לאַקס.

„ביסט טאַקע אַ מײַסטער!‟ האָט ראָטשטיין אויסגערופֿן מיט באַוווּנדערונג. שפּעטער האָט זי באַמערקט, אַז דאָס רעפֿטל לאַקס איז געווען אַזוי דין, „אַז מע וואָלט געקענט לייענען אַ צײַטונג דורך דעם.‟

דער 84־יאָריקער בערק איז דער לעצטער ייִדישער לאַקס־שנײַדער אין „זייבאַרס‟, און כּמעט דער איינציקער ייִדישער אַרבעטער דאָרט בכלל. אַחוץ אַ פּאָר רוסישע ייִדן, זענען די 200 הײַנטיקע אַרבעטער פּוערטאָ־ריקאַנער, קאָרעאַנער און כינעזער, האָט איבערגעגעבן סאָל זייבאַר, איינער פֿון די צוויי שותּפֿים פֿונעם געשעפֿט. די אַרבעטער גרייטן צו כּלערליי מאכלים אויפֿן ייִדישן מיזרח־אייראָפּעיִשן שטייגער: זיי מאַרינירן און זײַערן גרינסן און פֿיש, און פּראָדוצירן יעדע וואָך בערך 3,000 פֿונט סאַלאַטן פֿון הערינג, ווײַסן פֿיש און אַנדערע אַשכּנזישע פּאָטראַוועס, און 2,000 פֿונט גערייכערטן לאַקס.

פֿון צײַט צו צײַט קומט האַראָלד האָראָוויץ — וועלכער האָט פּענסיאָנירט מיט 22 יאָר צוריק — פֿון זײַן היים אין צפֿון־קאַראָלײַנע אַרויסצוהעלפֿן אין געשעפֿט, בפֿרט ערבֿ די יום־טובֿים. „וואָ׳דען זאָל איך טאָן? — פֿרעגט דער 86־יאָריקער האָראָוויץ — זיצן אין דער היים און זיך קריגן מיט מײַן ווײַב?‟

בערק איז נישט תּמיד געווען אַ לאַקס־שנײַדער. יאָרן לאַנג האָט ער געאַרבעט ווי אַ חשבון־פֿירער. ערשט נאָכן פּענסיאָנירן צו 65 יאָר, האָט ער אָנגעהויבן אַרבעטן אין „זייבאַרס‟. און דאָך, אַפֿילו נאָך 20 יאָר פֿון שנײַדן לאַקס, באַמיט ער זיך נאָך אַלץ אָפּצושנײַדן דאָס פּערפֿעקטע דינע רעפֿטל.

„כ׳בין אַליין נישט זיכער וואָס ס׳הייסט אַ פּערפֿעקט רעפֿטל, אָבער איך ווייס, אַז איך האָב אַזאַ שטאַפּל נאָך אַלץ נישט דערגרייכט,‟ האָט ער געזאָגט.