ייִדיש איבער דער וועלט

Yiddish Around the World

מינאַ בערן בעת אַן אינטערוויו מיטן „מילקען־אַרכיוו‟ אין 1998
מינאַ בערן בעת אַן אינטערוויו מיטן „מילקען־אַרכיוו‟ אין 1998

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published December 28, 2014, issue of January 23, 2015.

קאָנצערט לזכר מינאַ בערן

אַ ריזיקער ספּעקטאַקל בײַם „צענטער פֿאַר דער ייִדישער געשיכטע‟ (15 וועסט 16סטע גאַס) ווערט אײַנגעאָרדנט דורכן „ייִדישן קולטור־קאָנגרעס‟ און דער „אַמעריקאַנער ייִדישער היסטאָרישער געזעלשאַפֿט‟, כּדי צו באַערן דעם אָנדענק פֿון דער אַקטריסע מינאַ בערן אויף איר פֿינפֿטן יאָרצײַט. די פֿײַערלעכע פּראָגראַם, אָרגאַניזירט דורכן אַקטיאָר שיין בייקער, דער זינגערין עלינאָר ריסאַ און דער פֿאָטאָגראַפֿין דזשאָן ראָט, וועט אַרויסהייבן די סקיצן, לידער און סצענעס, וואָס זענען פֿאַרבונדן מיט בערנס קאַריערע.

צווישן די, וואָס וועלן אויפֿטרעטן בעתן קאָנצערט, זענען דער טרומפּייט־שפּילער פֿראַנק לאָנדאָן, די אַקטריסעס לאָורי ווילנער און דזשאָען באָרץ, די אַקטיאָרן אַלען ריקמאַן און באָב אַבעלסאָן, דער פּיאַנע־שפּילער סטיוו סטערנער, ווי אויך דוד ראָזענבערג, יעלענאַ שמואלסאָן, רחל באָטשאַן, הרבֿ אַבֿרהם מלאָטעק, חזנטע שירה פֿלאַם, סענדי לעוויט און חיים וואָלף.

דער ספּעקטאַקל וועט פֿאָרקומען זונטיק, דעם 11טן יאַנואַר, 2 אַזייגער נאָכמיטאָג. דער אײַנטריט איז בחינם אָבער מע מוז זיך רעזערווירן אַן אָרט פֿון פֿריִער דורכן אָנקלינגען 212-868-4444.

רעפֿעראַטן וועגן דער ערשטער וועלט־מלחמה אין פּאַריז

יעדן חודש בײַם „פּאַריזער ייִדיש־צענטער‟ אין דער „מעדעם־ביבליאָטעק‟ וועט מען האַלטן אַ סעריע רעפֿעראַטן אויף ייִדיש וועגן די יאָרן 1914—1918 אין דער ייִדישער ליטעראַטור און געשיכטע. זונטיק, דעם 11טן יאַנואַר וועט יצחק ניבאָרסקי רעדן וועגן דעם אָנהייב פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה אין די ווערק פֿון שלום־עליכם. אַקווילע גריגאָראַוויטשיוטע וועט אַרומרעדן די מלחמה־זכרונות פֿונעם שרײַבער אַבֿרהם זאַק, און נאַטאַליע קריניצקאַ וועט רעפֿערירן וועגן דעם ראָמאַן „שמוגלערס‟ פֿון עוזר וואַרשאַווסי. די רעפֿעראַטן הייבן זיך אָן 9:30 אין דער פֿרי.

ה. לייוויקס „די חתונה אין פֿערנוואַלד‟

די „פֿאָלקסבינע‟ וועט פֿאָרשטעלן אַ דראַמאַטישע פֿאָרלייענונג פֿון ה. לייוויקס פּיעסע „די חתונה אין פֿערנוואַלד‟. פֿאַר דער פֿאָרשטעלונג וועט ד׳׳ר דבֿורה קאַפּלאַן רעדן וועגן דער געשיכטע פֿון דער פּיעסע און ווי אַזוי לייוויקס רײַזע קיין אייראָפּע נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט משפּיע געווען אויפֿן שפּיל.



Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.