ייִדיש איבער דער וועלט

Yiddish Around the World

מינאַ בערן בעת אַן אינטערוויו מיטן „מילקען־אַרכיוו‟ אין 1998
מינאַ בערן בעת אַן אינטערוויו מיטן „מילקען־אַרכיוו‟ אין 1998

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published December 28, 2014, issue of January 23, 2015.

(די 3 טע זײַט פֿון 4)

פֿאַר די, וואָס קענען שוין לייענען און רעדן ייִדיש, וועט קאָליאַ באָראָדולין אָנפֿירן מיט אַ סעמינאַר „אין דער וועלט פֿון ייִדיש אַמאָל און הײַנט‟, וואָס וועט באַקענען דעם סטודענט מיט וויכטיקע פֿיגורן פֿון דער ייִדישער קולטור דורך טעקסטן און מולטימעדיע־פּרעזענטאַציעס. אין יעדן קלאַס וועט מען שמועסן מיט אַ הײַנצײַטיקן ייִדישיסט. דער סעמינאַר וועט פֿאָרקומען יעדן מיטוואָך, 6:30 אין אָוונט, פֿונעם 11טן מאַרץ ביזן 20סטן מײַ.

פֿאַר מער אַוואַנסירטע ייִדיש־קענער וועט דער דירעקטאָר פֿונעם בוענאָס־אײַרעסער „ייִוואָ‟ אַבֿרהם ליכטענבוים לערנען צוויי קורסן אויף ייִדיש וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור. אינעם ערשטן קורס, וואָס טרעפֿט זיך יעדן מאָנטיק, 6:30 אין אָוונט, פֿונעם 2טן מאַרץ ביזן 11טן מײַ, וועט מען לערנען וועגן ישׂראל און ציוניזם אין דער ייִדישער ליטעראַטור. אינעם צווייטן קורס, וואָס וועט פֿאָרקומען יעדן מיטוואָך, 1 אַזייגער נאָכמיטאָג, וועט מען אַרומרעדן די פֿרוי אין דער ייִדישער ליטעראַטור.

פֿאַר די, וואָס ווילן זיך לערנען וועגן עסן, וועט איוו יאָכנאָוויץ לערנען אַ קורס „ייִדיש עסן און ייִדיש פֿאָלקשאַפֿט‟. דער קלאַס וועט זיך צונויפֿקומען יעדן מאָנטיק, 2 אַזייגער נאָכמיטאָג, פֿונעם 23סטן פֿעברואַר ביזן 4טן מײַ.

פּאַריזער זומער־פּראָגראַם אין ייִדישער שפּראַך

אין פּאַריז וועט פֿאָרקומען אַן אינטענסיווע זומער־פּראָגראַם אין ייִדישער שפּראַך און קולטור אונטער דער פּעדאַגאָגישער אָנפֿירונג פֿון יצחק ניבאָרסקי. אויף דער זומער־פּראָגראַם וועט מען לערנען ייִדיש אויף פֿיר ניוואָען. די שפּראַך־לערערס זענען: חיהלע ביר („יוניווערסיטי קאָלעדזש‟), יצחק ניבאָרסקי (אינסטיטוט פֿאַר מיזרחדיקע שפּראַכן, פּאַריז), שרון בר־כּוכבֿא (העכערע נאָרמאַלשול), רובי מאָנעט (פּאַריזער ייִדיש־צענטער), סאָניע פּינקוסאָוויטש־דראַטוואַ (מאַרטין בובער־אינסטיטוט, בריסל), אַניק פּרים־מאַרגוליס (פּאַריזער ייִדיש־צענטער) און נאַטאַליאַ קריניצקאַ (אוניווערסיטעט פּאַריז 4).

די פּראָגראַם וועט פֿאָרקומען פֿונעם 20סטן יולי ביזן 7טן אויגוסט. דער שׁכר־לימוד איז 680 אייראָס (480 פֿאַר סטודענטן). די וואָס קומען סײַ אויף דער פּאַריזער זומער־פּראָגראַם, סײַ אויפֿן וואַרשעווער זומער־קורס (פֿונעם 29סטן יוני ביזן 17טן יולי) וועלן באַקומען אַ חנחה פֿון 15%.