„כאַמאַס‟ בױט װײַטער טונעלן

Hamas Keeps Building Those Tunnels

Getty Images

פֿון שושנה־נחמה שאָסטאַק

Published December 30, 2014, issue of January 23, 2015.

מיט פֿינף חדשים צוריק האָט „כאַמאַס‟ אַרױסגעשאָסן אויף די ישׂראלדיקע שטעט ראַקעטן און שראַפּנעלן, און זיך באַנוצט מיט אַ ברײט־פֿאַרמאָסטענער נעץ טונעלן, כּדי אַרײַנצודרינגען אויף דער ישׂראלדיקער טעריטאָריע מיט דער כּװנה צו פֿאַרכאַפּן און הרגענען ייִדן, װיפֿל נאָר מען קען.

אָבער, װי עס האָט זיך אַרױסגעװיזן, האָט די װעלט אַממערסטן זיך צענטראַליזירט אינעם פֿאַרטײדיקונגס־קאַמף מצד ישׂראל מיטן ציל צו באַגרענעצן דאָס פֿײַער פֿון די ראַקעטן און שראַפּנעלן און דאָס אָנגרײַפֿן און אױפֿרײַסן טונעלן — אַ זאַך, װאָס האָט אַרויסגערופֿן אַ האַרבע קריטיק אַפֿילו פֿון ישׂראלס אַליִיִרטער — אַמעריקע; װי אױך צוליב דעם טױט פֿון ציװילע, װאָס דער „כאַמאַס‟ האָט גורם געװען בײַם אויסניצן די עזה־אײַנװױנער, ווי אַ מענטשלעכע שוץ.

אָבער די יעניקע, װעלכע האָבן אױסגעדריקט גרױס צער לגבי דער מלחמה פֿון פֿופֿציק טעג, ווי אַ טראַגעדיע פֿאַר די פּאַלעסטינער, דאַרפֿן זיך איצט פֿרעגן, צי זײ זײַנען לײַבלעך פֿאַראינטערעסירט װידער צו זען נאָך אַזעלכע קאַמפֿן אין דער צוקונפֿט?

די זעלבע אינטערנאַציאָנאַלע קהילה, װעלכע האָט קריטיקירט ישׂראל צוליב איר געװאַגטקײט צו פֿאַרטײדיקן זיך אַליין, מוז איצט נעמען אין באַטראַכט, אַז די הילף װאָס עס װערט צוגעטײלט עזה מיט דער כּװנה איבערצובױען די צעשטערטע הײַזער בעת די קאַמפֿן, װערט אין דער אמתן באַנוצט, כּדי איבערצובױען פֿון דאָס נײַ די טעראָר־טונעלן. אױב „כאַמאַס‟ האַנדלט אַזױ, האָבן זײ נישט קײן שום רעכט צו קריטיקירן ישׂראל, װען זי װעט נאָך אַמאָל זײַן געצװוּנגען זיך צו פֿאַרטײדיקן.

עס ווײַזט זיך אַרויס, אַז די בוי־מאַטעריאַלן, וואָס ווערן צוגעשטעלט אויף דעם פּאַלעסטינער שטח, ווי אַן אינטערנאַציאָנאַלע הילף אויפֿצושטעלן די צעשטערטע בנינים, װערן בשתּיקה אויסגענוצט פֿאַר די טונעלן.

ס‘איז כּדאַי צו באַטאָנען, אַז בעת „כאַמאַס‟ בױט איבער די טעראָר־טונעלן, רעסטאַװרירט אױך די טעראָר־אָרגאַניזאַציע, די פֿאַרזאָרגונג פֿון ראַקעטן און שראַפּנעלן.

נעמענדיק אין באַטראַכט, אַז „כאַמאַס‟ האָט פֿאַרבעסערט זײַנע באַציִונגען מיט איראַן, װעט דער שטראָם געלט און אַמוניציע־אױסשטאַטונג אָן ספֿק שטײַגן.

ס‘איז כּדאַי אָבער אױך אונטערצושטרײַכן, אַז דאָס פֿאַרגרעסערט די השפּעה פֿון „כאַמאַס‟ אױף דער פּאַלעסטינער אינסטאַנץ, װאָס האָט קײן אינטערעס ניט צו דערגרײכן אַ שלום־אָפּמאַך מיט ישׂראל, און ישׂראל גופֿא װעט קײן מאָל נישט מסכּים זײַן צו פֿירן פֿאַרהאַנדלונגען מיט דער אינסטאַנץ, כּל־זמן יענע װעט זיך געפֿינען אונטער דער אײניקײט־דראָונג פֿון „כאַמאַס‟.

אַ סך פּערזענלעכקײטן אין ישׂראל און אין אַנדערע לענדער איבער דער װעלט נעמען אָן, אַז „כאַמאַס‟ איז אַרױס אָפּגעשװאַכט פֿון דער מלחמה, אין װעלכער עזה האָט קאַפּיטולירט און נישט גורם געװען קײן שװערן מאַטעריעלן שאָדן מדינת־ישׂראל, בעיקר, אינעם מערבֿדיקן ראַיאָן, װאָס האָט נישט געליטן פֿונעם טעראָר און פֿון דער רוצחישער פּאָליטיק פֿון „כאַמאַס‟; פֿון דעסטוועגן, נישט געקוקט דערויף, קען די פּאַלעסטינער אינסטאַנץ פֿאַרװאַנדלט װערן אין אַ דראָונג פֿאַר ישׂראל, פּונקט אַזױ װי, װען עס האָט זיך אָנגעהױבן די לעצטע קאַמף־אָפּעראַציע.

מיט אײניקע טעג צוריק, האָבן די דיפּלאָמאַטן, סײַ אַמעריקאַנער און סײַ פֿון אײראָפּע, „פֿאַרנאַכלעסיקט‟ זײער צײַט מיט אונטערהאַנלונגען, בנוגע דעם רעזאָלוציע־טעקסט פֿון זיכערהײט־ראַט בײַ דער „יו־ען‟, זי זאָל אָנערקענען די פּאַלעסטינער זעלבשטענדיקײט, װאָס איז פֿאָרגעבראַכט געװאָרן נאָר דורך דער פּאַלעסטינער אינסטאַנץ.

די פּראָפּאָזיציע פֿאַר דער פּאַלעסטינער זעלבשטענדיקײט װאָס פֿאָדערט, אַז ישׂראל זאָל זיך אָפּגרענעצן פֿון די שטחים, האָט אױסגעאיבט אַ שװערן דורכפֿאַל נאָך אײדער זי איז פֿאָרגעבראַכט געװאָרן. נאָך מער, די רעגירונג פֿון באַראַק אָבאַמאַ איז געװען קעגנזעצלעך געשטימט לגבי דער רעזאָלוציע, און דערמאָנט, אַז די אַלע, װעלכע רעדן װעגן דער פּאַלעסטינער זעלבשטענדיקײט, איגנאָרירן, אַז אַ פּאַלעסטינער זעלבשטענדיקע מדינה עקזיסטירט שוין, אָבער מחוץ עזה, װאָס באַנוצט זײַן אייגענע אױטאָנאָמיע, מיט דער כּװנה, פֿאָרצוזעצן מיט זײַן אײן־סופֿיקער מלחמה, כּדי צו צעשטערן ישׂראל.