צום דריטן יאָרצײַט פֿון חנה קופּער

Remembering Adrienne Cooper

דער פּאָרטרעט פֿון חנה קופּער, געצייכנט פֿון עריק דרוקער (לינקס); דזשעני ראָמיין בעת איר פֿאָרשטעלונג מיטן קאָלעקטיוו „גרויסע קליינע ווערק”
דער פּאָרטרעט פֿון חנה קופּער, געצייכנט פֿון עריק דרוקער (לינקס); דזשעני ראָמיין בעת איר פֿאָרשטעלונג מיטן קאָלעקטיוו „גרויסע קליינע ווערק”

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published January 04, 2015, issue of January 23, 2015.

אַ ריזיקער עולם פֿון איבער 300 מענטשן האָט אָנגעפּאַקט די „דזשודסאָן מעמאָריאַל קירך‟ לעבן וואַשינגטאָן סקווער, כּדי צו געניסן פֿון מוזיק, קונסט, טענץ און טעאַטער, און באַערן דעם אָנדענק פֿון חנה קופּער צו איר דריטן יאָרצײַט. דער אָוונט, באמת אַ פֿעסטיוואַל, האָט אײַנגעאָרדנט דער „פֿאָנד א׳׳נ פֿון חנה קופּער צו חלומען אויף ייִדיש‟ און דער טעאַטער־קאָלעקטיוו „גרויסע קליינע ווערק‟. אויפֿן אָוונט האָט מען אויך צוגעטיילט די יערלעכע פּרעמיע פֿונעם „פֿאָנד‟ צו מײַקל וועקסן פֿאַר זײַנע ביכער און קולטורעלער אַרבעט לטובֿת דער ייִדישער שפּראַך.

בײַ דער „דזשודסאָן מעמאָריאַל קירך‟, וווּ עס איז פֿאָרגעקומען דער ספּעקטאַקל, שטיצט מען בכלל אונטער אַ סך קינסטלערישע און קולטורעלע פּראָגראַמען, וואָס טראָגן אָפֿט אַ לינק־אָריענטירטן פּאָליטישן כאַראַקטער. צווישן די אַרטיסטן און טרופּעס, וואָס טרעטן אויף בײַ דער קירך געפֿינט מען דעם טעאַטער־קאָלעקטיוו „גרויסע קליינע ווערק‟, וואָס שטעלט פֿאָר לינקע און ראַדיקאַלע פּיעסעס, זייער אָפֿט מיט ליאַלקעס. דער טעאַטער־קאָלעקטיוו איז באַקאַנט אין ניו־יאָרק פֿאַר זיינע „ספּאַגעטי־וועטשערעס‟, אויף וועלכן מע סערווירט ספּאַגעטי און מע שטעלט פֿאָר אַ ליאַלקע־שפּיל. זשעני ראָמיין, די אַוואַנטגאַרד־אַקטריסע און רעזשיסאָרין, איז אַ מיטגרינדערין און אַקטיווע מיטאַרבעטערין אינעם קאָלעקטיוו. אַ נאָענטער פֿרײַנד און קאָלעגע פֿון חנה קופּער, וואָס האָט באַקומען די פֿאַראַיאָריקע פּרעמיע פֿונעם „פֿאָנד א׳׳נ פֿון חנה קופּער צו חלומען אויף ייִדיש‟, האָט זי געדינט ווי די הויפּט־קאָנפֿערענסיע.

נאָך דעם וואָס די צוקוקער האָבן אָפּגעגעסן זייער ספּאַגעטי, האָט דער אָוונט זיך אָנגעהויבן מיט אַ ליאַלקע־פֿאָרשטעלונג, וואָס האָט דערציילט, אויף ייִדיש און ענגליש, די געשיכטע פֿונעם ליאַלקע־טעאַטער „מאָדיקאָט‟. די פּיעסע „מונטערגאַנג און אַנדערע פֿריילעכע אונטערגאַנגען‟, פֿאָרגעשטעלט דורכן קאָלעקטיוו „גרויסע קליינע ווערק‟, איז באַזירט אויף דער פֿאָרש־אַרבעט פֿון ד׳׳ר עדי פּאָרטנאָי. אינעם שפּיל האָט אַן אָרעם ייִדיש פּאָרפֿאָלק פֿונעם אַמאָליקן „לאָוער איסט סײַד‟ באַקומען הילף פֿון אַ גרופּע שטרײַקערס, וואָס האָבן זיי בגוואַלד אַרײַנגעצויגן אין זייער דירה, נאָך דעם וואָס מע האָט זיי אַרויסגעוואָרפֿן צוליב דעם ניט קענען צאָלן דירה־געלט. די פֿאָרשטעלונג האָבן לכתּחילה אָנגעשריבן, צום טייל, די גרינדער פֿון „מאָדיקאָט‟, זוני מאַוד און יאָסל קאָטלער, און מע האָט געזונגען זייערס אַ ליד, וואָס האָט זיך באַנוצט מיט דער מוזיק פֿון מאַרק וואַרשאַווסקיס „דער בעכער‟ (בעסער באַקאַנט ווי „טײַערע מלכּה‟).



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.