דער גולם: אַ וואָרענונג וועגן אינטעליגענטע מאַשינען

The Golem: A Warning About Intelligent Machines

דער מהר׳׳ל לעבט אויף דעם גולם
דער מהר׳׳ל לעבט אויף דעם גולם

פֿון ייִט״אַ

Published January 06, 2015, issue of January 23, 2015.

דער פֿיזיקער סטיווען האַוקינג איז שטענדיק אויף דער צונג בײַ דער מעדיאַ. מע האָט לעצטנס אַרויסגעלאָזט אַ פֿילם וועגן זײַן לעבן, „די טעאָריע פֿון אַלצדינג‟, וואָס ווײַזט אָן, ווי מע האָט אים דיאַגנאָזירט מיט ALS אין 1963. ניט געקוקט אויף דעם, וואָס מע האָט געמיינט, אַז ער וועט ניט לעבן מער ווי צוויי יאָר, איז ער געוואָרן אַ באַקאַנטער טעאָרעטישער פֿיזיקער, וואָס איז פֿאַררעכנט צווישן די וויכטיקסטע פֿיגורן אינעם פֿעלד, זינט אײַנשטיין. ער האָט אויך געשריבן אַ צאָל ביכער, וואָס זענען געוואָרן בעסטסעלערס איבער דער גאָרער וועלט.

כאָטש ס׳איז גאַנץ קלאָר, אַז האַוקינג אַליין האָט ניט מורא פֿאַר זיך, זאָרגט ער וועגן דער צוקונפֿט פֿון דער מענטשהייט. ווי ער האָט געזאָגט בעת אַן אינטערוויו מיטן BBC, זאָרגט ער זיך, אַז די מאַשינען, וואָס באַנוצן זיך מיט „קינסטלעכן אינטעלעקט‟ (Artificial Intelligence בל׳׳עז), וועלן קענען טראַכטן גיכער, ווי די מענטשן, וואָס האָבן זיי באַשאַפֿן.

„די אַנטוויקלונג פֿון פֿולן קינסטלעכן אינטעלעקט קאָן מאַכן אַ סוף צום מענטשלעכן מין‟, האָט האַוקינג געזאָגט.

די פֿאַנטאַסטישע פֿיקציע האָט אונדז שוין צוגעגרייט צו באַטראַכטן אַזאַ מעגלעכקייט. פֿילמען, ווי „דער טערמינאַטאָר‟ און „דער מאַטריקס‟, ווײַזן דעם קאַמף צווישן מענטשן און שׂונאים, וואָס באַנוצן זיך מיטן קינסטלערישן אינטעלעקט.

ס׳איז דאָ אַ ריזיקער אונטערשייד צווישן די מעגלעכקייט פֿון שאַפֿן עפּעס און דעם כּוח אים צו באַהערשן. ווי ריי קורצווייל, דער דירעקטאָר פֿון אינזשעניריע בײַ דער פֿירמע „גוגל‟, האָט געזאָגט: „עס קען זײַן שווער צו שרײַבן אַן אַלגאָריטמישן מאָראַלישן קאָד, וואָס זאָל זײַן גענוג שטאַרק אײַנצוהאַלטן אַ סופּער־קלוגע קאָמפּיוטער־פּראָגראַם‟. דער גרעסטער געפֿאַר פֿונעם וויסנשאַפֿטלעכן פּראָגרעס איז די מעגלעכקייט, אַז דאָס וואָס ס׳ווערט באַשאַפֿן, הייבט אָן לעבן פֿאַר זיך און דינט ווײַטער ניט דעם באַשאַפֿער אָדער די מענטשלעכע ווערטן.

דאָס איז שוין פֿון לאַנג באַקאַנט פֿון דער לעגענדע פֿונעם פּראָגער גולם, וואָס לויט דער ייִדישער טראַדיציע, איז באַשאַפֿן געוואָרן דורכן מהר׳׳ל הרבֿ לווי יהודה בן־בצלאל אין 16טן יאָרהונדערט. לויט דער לעגענדע האָט דער רבֿ פֿאַרוואַנדלט אַ שטיק ליים אין אַן איבערמענטשלעכן פֿאַרטיידיקער פֿונעם ייִדישן פֿאָלק, וואָס אויף זײַן שטערן איז געשטאַנען דאָס וואָרט „אמת‟, געבנדיק אים דערבײַ זײַן כּוח. צום באַדויערן, האָט דער מהר׳׳ל אין גיכן פֿאַרשטאַנען, אַז אינעם מאָמענט אין וועלכן ער האָט געגעבן דעם גולם אַזאַ מעכטיקן כּוח, האָט ער אַליין פֿאַרלוירן דעם גאַנצן קאָנטראָל איבער זײַן באַשאַפֿונג. ס׳זענען דאָ פֿאַרשידענע ווערסיעס פֿון דער מעשׂה. אין איין נוסח פֿאַרליבט זיך דער גולם, און ווען מע האָט אים אָפּגעזאָגט ווערט ער אַ בלוטיקער מערדער. אין אַן אַנדער, מער אינטערעסאַנטער ווערסיע, האָט דער מהר׳׳ל פֿאַרגעסן אָפּצושליסן דעם גולם גלײַך ערבֿ שבת, און מע האָט אים דערפֿאַר געדאַרפֿט טייטן צוליבן מחלל שבת זײַן.

וואָס עס זאָל ניט זײַן די סיבה, איז דער מהר׳׳ל געקומען צום אויספֿיר, אַז דער גולם טאָר ניט בלײַבן לעבן. ער האָט אָפּגעמעקט דעם „א‟ פֿון „אמת‟ און צוליב דעם וואָס דער „א‟ האָט רעפּרעזענטירט דעם נומער 1 און דער איינציקער ג־ט, וואָס הערשט איבער אַלץ, און אָן אים קען קיין לעבן ניט זײַן; און צוליב דעם, וואָס די איבעריקע אותיות זענען געווען „מת‟, - איז דער גולם פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין שטויב.

דאָס שאַפֿן אַ זאַך, וואָס מע קען ניט באַהערשן איז אַ רעצעפּט פֿאַר אַ קאַטאַסטראָפֿע. די געשיכטע פֿונעם וויסנשאַפֿטלעכן פּראָגרעס זאָגט עדות אויף דעם, אַז דער פּראָגרעס אָפּגעזונדערט פֿון מאָראַלישע פּרינציפּן קען אונדז אויסלערנען ווי אַזוי צו שאַפֿן נוקלעאַרע קערן־שפּאַלטונג (nuclear fission) אָבער דער פּרײַז דערפֿון איז, אַז מיר ריזיקירן, חלילה, מיט אַן אוניווערסאַלער פֿאַרטיליקונג.

די לעגענדע פֿונעם פּראָגער גולם איז אַ בײַשפּיל פֿון דער סכּנה פֿון דערמעגלעכן, דאָס געשאַפֿענע צו ווערן אַ סך שטאַרקער ווי מיר האָבן געמיינט. דער קינסטלעכער אינטעלעקט, ווי אַ צוגאָב צו אונדזערע אינטעלעקטועלע פֿעיִקײטן, האָט דווקא יאָ אַ סך מעלות; אָבער ס׳קען באמת ניט „טראַכטן‟. עס האָט ניט קיין מאָראַלישן חוש. עס האָט ניט די מאָראַלישע באַגרענעצונגען פֿונעם פּראָגראַמירער.

סטיווען האַוקינג האָט אונדז באמת געטאָן אַ טובֿה מיטן אַלאַמירן אונדז וועגן די עכטע געפֿאַרן פֿון דעם קינסטלעכן אינטעלעקט. אָבער וואָס איז דווקא טשיקאַווע, איז זײַן צווייטע אַנומלטיקע אַנטפּלעקונג: ער האָט עפֿנטלעך אָנערקענט, אַז ער איז אַן אַטעיִסט און האָט געזאָגט אַ רעפּאָרטער, אַז „ס׳איז ניטאָ קיין ג־ט‟.

אפֿשר האָט דער ביבלישער ג־ט, אין וועמען איך און אַזוי פֿיל מענטשן איבער דער וועלט גלייבן, אויך חרטה פֿאַר דעם קינסטלעכן אינטעלעקט, מיט וועלכן ער האָט באַשאָנקען דער מענטשהייט. אפֿשר זענען דווקא מיר דער גרעסטער פֿאַרקערפּערונג פֿון דער מורא, וואָס מיר דריקן איצט אויס פֿאַר אונדזער טעכנאָלאָגיע - שאַפֿונגען וואָס קענען חרובֿ מאַכן אונדזער וועלט צוליב דעם, וואָס מיר האָבן ספֿקות אין אונדזער באַשאַפֿער.