נײַער גאַסט־פּראָפֿעסאָר בײַם „ייִוואָ‟: ד״ר רחמיאל פּעלץ

New Visiting Professor at YIVO: Dr. Rakhmiel Peltz

פֿון „פֿאָרווערטס־רעדאַקציע‟

Published January 07, 2015, issue of January 23, 2015.

ד״ר רחמיאל פּעלץ
ד״ר רחמיאל פּעלץ

דער „ייִוואָ‟ האָט לעצטנס אַנאָנסירט, אַז ד״ר רחמיאל פּעלץ וועט דינען ווי דער ערשטער „אַטראַן־גאַסט פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישער שפּראַך און לינגוויסטיק‟.

דעם נײַעם פּאָסטן פֿון אַן „אַטראַן־גאַסט־פּראָפֿעסאָר‟ האָט דערמעגלעכט די „אַטראַן־פֿונדאַציע‟ דורך אַ ברייטהאַרציקער סובסידיע. „דער הײַיאָריקער פּאָסטן פֿון גאַסט־פּראָפֿעסאָר איז אַ נייטיקער טראָט פֿאָרויס פֿאַרן ’ייִוואָ‘‟, האָט איבערגעגעבן דער דירעקטאָר פֿונעם אינסטיטוט, יונתן ברענט. „די נײַע פּאָזיציע וועט פֿאַרברייטערן אונדזער באַזע פֿון דערציִונג און פֿאָרשונג, און גיט דעם ’ייִוואָ‘ אַ באַנײַטע התחײַבֿות צו דער ייִדישער שפּראַך, איר געשיכטע און צוקונפֿט. ד״ר פּעלץ איז אַן אידעאַלער ערשטער ’אַטראַן גאַסט־פּראָפֿעסאָר‘ צוליב דעם, וואָס ער האָט סײַ פֿאַרשידענע אינטערעסן און סײַ אַן אינטענסיוון פֿאָקוס. מיר דריקן אויס אונדזער דאַנק דער פֿאַרוואַלטונג פֿון דער ’אַטראַן־פֿונדאַציע‘ פֿאַר איר ברייטהאַרציקייט און שטיצע‟.

ד״ר רחמיאל פּעלץ איז אַ ספּעציאַליסט פֿון דער סאָציאַלער געשיכטע פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור. ער איז דער ערשטער דירעקטאָר און גרינדער פֿון דער פּראָגראַם פֿון ייִדישע לימודים בײַ „דרעקסיל־אוניווערסיטעט‟, וווּ ער איז אַ פּראָפֿעסאָר פֿון סאָציאָלינגוויסטיק. ער אַרבעט איצט אויף אַ בוך וועגן דער פֿאָרש־אַרבעט פֿון ד״ר אוריאל ווײַנרײַך, ווי אויך אַ בוך וועגן דער צוקונפֿט פֿון דער ייִדישער שפּראַך. ער האָט פֿריִער געדינט ווי אַ פּראַקטיקאַנט בײַם צענטער פֿאַר ייִדישע שטודיעס בײַם „פּענסילוואַנער אוניווערסיטעט‟ און בײַם „צענטער פֿאַר אַוואַנסירטע חורבן־לימודים‟ בײַם אַמעריקאַנער חורבן־מוזיי אין וואַשינגטאָן, די־סי.

ד״ר פּעלץ וועט לערנען דעם קלאַס „אַ געפֿיל פֿאַרן אָרט: ייִדיש, ענטאָגראַפֿיע און די ייִדישע געגנטן פֿון ניו־יאָרק‟, פֿונעם 6טן ביזן 22סטן יאַנואַר ווי אַ טייל פֿון דער „ווינטער־פּראָגראַם אין אַשכּנזישער ציוויליזאַציע‟. דער קורס וועט אויספֿאָרשן די טיפֿע נאָענטשאַפֿט און צוגעבונדנקייט צווישן די ניו־יאָריקער ייִדיש־רעדנדיקע און די געגנטן, וווּ זיי וווינען.

דעם 11טן יאַנואַר וועט ד״ר פּעלץ אָנפֿירן מיט אַן איין־טאָגיקן סעמינאַר פֿאַר אַוואַנסירטע סטודענטן פֿון ייִדיש, „ייִדישע לימודים־סעמינאַר פֿאַר ווײַטהאַלטערס‟ אויף דער טעמע „ווילנע, ירושלים ד׳ליטאַ‟. אין פֿעברואַר וועט ד״ר פּעלץ אָנהייבן אַ נײַעם קאָלאָקוויום בײַם „צענטער א׳׳נ פֿון מאַקס ווײַנרײַך‟, וואָס וועט געבן יונגע פֿאָרשער די געלעגנהייט פֿאָרצושטעלן די אַקאַדעמישע פּראָיעקטן, וואָס זיי האַלטן אין באַאַרבעטן.