בענעט באַשולדיקט אין לבֿנון־רציחה

Naftali Bennett Under Fire for Lebanon Killings

מיטאַרבעטער פֿון דער „יו־ען‟ רייניקן אויס די חורבֿות נאָכן ישׂראלדיקן אַרטילעריע־אַטאַק אין קאַפֿר־קאַנאַ.
Getty Images
מיטאַרבעטער פֿון דער „יו־ען‟ רייניקן אויס די חורבֿות נאָכן ישׂראלדיקן אַרטילעריע־אַטאַק אין קאַפֿר־קאַנאַ.

פֿון דען וויליאַמס (Forward)

Published January 07, 2015, issue of January 23, 2015.

נפֿתּלי בענעט, דער ראָש פֿון דער אולטראַ־נאַציאָנאַליסטישער פּאַרטיי „הבית היהודי‟ און אַ מעגלעכער קומענדיקער שוץ־מיניסטער, שטייט אין שפּיץ פֿון אַ נײַעם סקאַנדאַל, צוליב זײַן אומדירעקטער ראָלע אינעם ישׂראלדיקן אַרטילעריע־אַטאַק, בעת וועלכן עס זענען אומגעקומען מער ווי 100 פֿרידלעכע תּושבֿים פֿון לבֿנון. די דאָזיקע אָפּעראַציע איז דורכגעפֿירט געוואָרן כּמעט מיט 20 יאָר צוריק; איצט, מיט עטלעכע חדשים נאָך דער לעצטער מלחמה אין עזה, האָט זי צוגעצויגן דעם אויפֿמערק פֿון נתניהוס און בענעטס קריטיקער.

בענעטס פּאַרטיי איז אַ טייל פֿון בנימין נתניהוס פֿירנדיקער קאָאַליציע. מע איז זיך משער, אַז אין מאַרץ, בעת די וואַלן, וועט זי געווינען אַ סך שטימען. ווען צה״ל האָט אַטאַקירט די מיליטאַנטן פֿון „כעזבאָלאַ‟ אין לבֿנון, אינעם יאָר 1996, איז ער געווען אַ יונגער קאָמאַנדיר. כּדי צו העלפֿן זײַנע סאָלדאַטן צו אַנטלויפֿן צוריק פֿונעם שלאַכט־פֿעלד, לעבן דעם דאָרף קאַפֿר־קאַנאַ, האָט די קאָמאַנדירשאַפֿט באַפֿוילן צו עפֿענען אַן אַרטילעריע־פֿײַער; 102 אָרטיקע תּושבֿים, וועלכע האָבן זיך אויסבאַהאַלטן אין אַן אינטערנאַציאָנאַלן אַנשטאַלט פֿון דער „יו־ען‟, זענען אומגעקומען בעת דעם דאָזיקן אַטאַק. צוליב דעם דרוק פֿון די אויפֿגעבראַכטע וועלט־פֿירער, האָט צה״ל אָפּגעשטעלט די אָפּעראַציע.

די פֿאַרגאַנגענע וואָך, האָט די ישׂראלדיקע פּרעסע געפֿרעגט צוויי קשיות. לויט איין קוואַל, האָט בענעט באַפֿוילן דורכצופֿירן אַ צאָל צווייפֿלהאַפֿטיקע מאַנעווערס בעת דער דערמאָנטער מיליטערישער אָפּעראַציע אָן קיין רשות פֿון דער העכערער קאָמאַנדירשאַפֿט, וועלכע ער האָט באַטראַכט ווי „שוואַכע פּחדנים‟. לויט אַן אַנדער קוואַל, האָט די אַרטילעריע אָנגעהויבן שיסן צוליב זײַן „היסטערישן אויסברוך‟. אין ביידע פֿאַלן, דערקלערן נישט די זשורנאַליסטן, פֿון וואַנען האָבן זיי גענומען די אינפֿאָרמאַציע וועגן בענעטס אויפֿפֿירונג ווי אַ קאָמאַנדיר.

דינסטיק, דעם 6טן יאַנואַר, האָט בענעט ווידער פֿאַרטיידיקט זײַן פּאָזיציע, לויט וועלכער די ישׂראלדיקע אַרמיי און רעגירונג דאַרף נישט בעטן קיין מחילה בײַ דער וועלט. אין שײַכות מיטן אַרטילעריע־אַטאַק אין קאַפֿר־קאַנאַ, האָט ער געמאָלדן, אַז ער האָט דעמאָלט נישט געמאַכט קיין טעותן. „פֿאַרדאַמט מיך וויפֿל איר ווילט‟, האָט ער צוגעגעבן און דערקלערט, אַז זײַנע קריטיקער זענען קיינמאָל נישט געווען אויף אַן עכט שלאַכט־פֿעלד און „זענען נישט ווערט די קרבנות, וואָס די סאָלדאַטן האָבן לטובֿת זיי געבראַכט‟.

ס׳איז אַ חידוש, אַז די ליבעראַלע „האָרץ‟ האָט, לויט איר אייגענער אויספֿאָרשונג, דווקא פֿאַרטיידיקט בענעטס אויפֿפֿירונג בעת דער אָפּעראַציע אין לבֿנון. די צײַטונג האָט אָבער באַמערקט, אַז בענעט טויג נישט אויף דער פּאָזיציע פֿונעם שוץ־מיניסטער, און דערצו וואָלט אַזאַ אויסקלײַב אויפֿגערעגט די פּאַלעסטינער און אַרויסגערופֿן מער זאָרג מצד דער אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציע.

דוד זאָנשײַן, בענעטס געוועזענער פֿאַרטרעטער אין דער אַרמיי, דינט איצט ווי דער דירעקטאָראַט־פֿאָרזיצער פֿון „בצלם‟, אַ באַקאַנטע ישׂראלדיקע אָרגאַניזאַציע, וואָס פֿאַרטיידיקט די מענטשנרעכט. זאָנשײַן האָט זיך אויך באַצויגן נעגאַטיוו צו די אַנומלטיקע זשורנאַליסטישע באַריכטן וועגן בענעטס מיליטערישער קאַריערע און באַמערקט, אַז אַנשטאָט אויסטראַכטן מעשׂיות וועגן די אַמאָליקע געשעענישן, זאָלן די לינקע קריטיקער זיך פֿאָקוסירן אויף דער הײַנטיקער טעטיקייט פֿונעם דאָזיקן פּאָליטיקער, וואָס ברענגט אַ רעאַלן היזק.