מיאַמי-ביטש — דער „לאָוער-איסט-סײַד‟ פֿון פֿלאָרידע

Miami Beach, the Lower East Side of Florida

וועגווײַזער האַוערד באַיער הייבט אָן דעם טור לעבן דעם ייִדישן מוזיי אין מיאַמי-ביטש
Ahuva Mahalel
וועגווײַזער האַוערד באַיער הייבט אָן דעם טור לעבן דעם ייִדישן מוזיי אין מיאַמי-ביטש

פֿון עדי מהלאל

Published January 07, 2015, issue of January 23, 2015.

מיאַמי ביטש — איז יונג און שיין!
און פֿול מיט רייץ, און פֿול מיט חן!
פֿאַרבן-רײַך און הימל קלאָר —
ווי אַ חלום אויפֿן וואָר!
נעכט — באַזילבערט, טעג — באַגילדט;
שטענדיק גרין און שטענדיק מילד!
אייביק-זומער […]

ווען דער ייִדישער מחבר און אַגראָנאָם חנן איגער האָט אָנגעשריבן די לויבנדיקע ווערטער מיט אַן אַכציק יאָר צוריק, האָט ער בעצם געשריבן אַ מין טוריסטן-פּאַמפֿלעט פֿאַר די מאַסן ייִדן, וואָס פֿלעגן אין יענער צײַט זיך באַווײַזן און באַזעצן אויף דעם זוניקן פּריוואַטן אינדזל מיאַמי-ביטש. איגער האָט זיך אַוודאי נישט פֿאָרגעשטעלט ווי אַנדערש וועט דאָס פּנים פֿונעם אינדזל אויסזען אין 2015. מיט דרײַ ווערטער: גאָר ווייניקער ייִדן!

אַזוי ווי די „אָפֿיציעלע שפּראַך‟ פֿון דער לאָוער-איסט-סײַד אין ניו-יאָרק איז מיט איבער הונדערט יאָר צוריק געווען ייִדיש, איז, כּידוע, דאָס זעלבע געשען אין מיאַמי-ביטש, פֿלאָרידע — נאָר אַ פּאָר יאָרצענדליקער שפּעטער. דער הויכפּונקט איז געווען אין די 1960קער-1980ער יאָרן, ווען די ייִדישע באַפֿעלקערונג האָט דערגרייכט אַ ריזיקן פּראָצענט פֿון דער גאַנצער אינדזל-באַפֿעלקערונג: צווישן 60% און 80%! דאָס הייסט, הונדערטער טויזנטער ייִדן האָבן זיך צעשפּרייט איבער אַ קליינעם שטח פֿון 18.2 קוואַדראַט-קילאָמעטער! אין יענע יאָרן האָבן אַזעלכע פֿיגורן ווי יצחק באַשעוויס-זינגער זיך באַזעצט אין דער שטאָט, און אָנגעשריבן דערציילונגען, וואָס קומען דאָרט פֿאָר. הײַנט צו טאָג רעדט מען וועגן נאָר אַ 15% ייִדן, וואָס איז נאָך העכער ווי דער פּראָצענט ייִדן אין דער גאַנצער אַמעריקאַנער באַפֿעלקערונג (2%). לעצטנס, האָב איך אָנטייל גענומען אין אַ טור וועגן דער געשיכטע פֿון דעם ייִדישן מיאַמי-ביטש מיטן וועגווײַזער האַוערד ברײַער, וואָס פֿירט גרופּעס יעדן חודש איבער כּלערליי אָרטיקע „ייִדישע‟ סטאַנציעס, שוין אַ פּאָר יאָר.

  • Image 1
  • Image 2
  • Image 3
  • Image 4