אוי, די שוויגער...

Oy, My Mother-in-Law!

פֿון הערשל גלעזער

Published January 08, 2015, issue of January 23, 2015.

בײַ אַ געוויסן שעת־הכּושר קומט אַ ווענדפּונקט אינעם לעבן פֿון אַ סך מענטשן: זיי האָבן חתונה. ווי זאָגט מען, אַז אַ בחור האָט חתונה, גט ער אָפּ די מאַמע… דערפֿאַר אָבער קריגט ער אַ נײַע משפּחה: מחותּנים. און ווער איז דער „שטערן“ פֿון דער נײַער משפּחה? די שוויגער. פֿון איין זײַט, איז זי אַ צווייטע מאַמע, פֿון דער אַנדערער זײַט, איז זי, קודם־כּל, זײַן ווײַבס מאַמע (אָדער, אויב אַ כּלה, איז זי איר מאַנס מאַמע).

די ייִדישע ווערטער „שוויגער, שווער, איידעם, שנור“, קומען אַלע אַרויס פֿונעם אַמאָליקן דײַטש, נאָר אין דעם הײַנטיקן דײַטש זענען זיי נישטאָ. בײַ זיי זאָגט מען אויף ’שוויגער‘ Schwiegermutter, אויף ’שווער‘ Schwiegervater אאַז”וו. הייסט עס, אַז פֿון אונדזער „שוויגער“ איז געוואָרן אַ פּרעפֿיקס טײַטש דאָס, וואָס ס׳ענגלישע in-law. צו דער משפּחה ווערטער געהערן אויך דאָס ייִדישע „שוואָגער“ און „שוועגערין“, ווי אויך ענלעכע ווערטער אין ראָמאַניש און סלאַוויש, אַ שטייגער, ס׳שפּאַנישע suegro/suegra און ס’רוסישע svyokor/svekrov’ ’שווער/שוויגער’ (ס’רוסישע איז ספּעציפֿיש ‘דעם מאַנס טאַטע/מאַמע’).

טשיקאַווע, אַז אינעם רובֿ אייראָפּעיִשע לשונות זענען דאָ באַזונדערע ווערטער פֿאַר די אַלע משפּחה־גלידער, אַזוי ווי אויף מאַמע־לשון. אויף רוסיש איז די ספּעציפֿישקייט דערגאַנגען צום שפּיץ: זיי האָבן צוויי באַזונדערע ווערטער פֿאַר ’שוויגער‘, ’שווער‘, ’שוואָגער’ און ’שוועגערין‘, געווענדט אין דעם, צי ס׳רעדט זיך וועגן דעם מאַנס משפּחה, צי דעם ווײַבס.

דאַכט זיך, אַז בלויז ענגליש און פֿראַנצייזיש מוזן אָפּקומען אין גאַנצן מיט פּרעפֿיקסן אָדער סופֿיקסן: ווי געזאָגט, ס’ענגלישע in-law און ס׳פֿראַנצייזישע beau-/belle-, טײַטש ’שיין‘, אָבער דאָ סײַ ’דורך חתונה‘, סײַ ’שטיפֿ…‘! איז מײַן beau-père נישט מײַן ’שיינער פֿאָטער‘, נאָר אָדער מײַן ’שווער‘ אָדער מײַן ’שטיפֿפֿאָטער‘… צום גליק, איז מײַן beau-frère בלויז מײַן ’שוואָגער‘ (אויף ‘שטיפֿברודער’ איז דאָ אַן אַנדער וואָרט), אָבער דאָס געשטאַלט פֿונעם שוואָגער איז געוואָרן דער תּמצית פֿונעם כניאָק, אַ פּרינציפּיעלער עם־האָרץ און שמאָלקעפּיקער.

הײַנט מחותּנים: דאָ איז מאַמע־לשון פֿון די זעלטענע לשונות, וואָס האָט איין וואָרט אויף טאַטע־מאַמע פֿונעם ווײַב צי פֿונעם מאַן — אויף אַנדערע שפּראַכן מוז מען בדרך־כּלל אויסקומען מיט אַ גאַנצער מגילה, ווי, למשל, ס’ענגלישע son-in-law’s parents אד”גל. פֿאַרשטייט זיך, אַז מחותּנים פֿונעם מאַנס צד האָבן לאַוו־דווקא ליב די מחותּנים פֿונעם ווײַבס צד, אָבער אַז זיי האָבן זיך יאָ ליב, זענען די באַציִונגען היפּש וואַרעם, אַזוי ווי מע וואָלט זיך געריכט, ווען ס’איז דאָ דערויף אַ וואָרט. אין זײַן In Praise of Yiddish שרײַבט מאָריס סעמועל, אַז אַזאַ זאָג ווי „זיצט, מחותּן!“ אָדער „זיצט, מחותּנתטע!“ — קען מען אויף קיין אַנדער לשון נישט אַרויסברענגען.