ס׳רובֿ נתניהוס וואַלן־שטיצע קומט פֿון אַמעריקע

US Donors Provide Most of Netanyahu‘s Reelection Funds

בנימין נתניהו טרעט אויף דעם 5טן יאַנואַר מיט אַ וואַלן־רעדע
Getty Images
בנימין נתניהו טרעט אויף דעם 5טן יאַנואַר מיט אַ וואַלן־רעדע

פֿון ייִט״אַ

Published January 08, 2015, issue of January 23, 2015.

איבער 90 פּראָצענט פֿונעם פֿאָנד, וואָס וועט אויסגענוצט ווערן אין דער נײַער וואַלן־קאַמפּאַניע פֿונעם ישׂראלדיקן פּערמיער, בנימין נתניהו, איז געקומען פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן.

בסך־הכּל, האָט מען געזאַמלט פֿאַר נתניהוס וואַלן־קאַמפּאַניע כּמעט 259,000 דאָלאַר — אַ ביסל מער, ווי אַ מיליאָן שקל. לויט די באַריכטן, וואָס דער ישׂראלדיקער מלוכישער קאָנטראָלער, יוסף שפּיראָ, האָט מפֿרסם געווען, באַטרעפֿט די נדבֿות פֿון אַמעריקע בערך 237,000 דאָלאַר פֿון דער דאָזיקער סומע. די רעזולטאַטן פֿונעם חשבון זענען, צוערשט, פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אויף דער אַמעריקאַנער נײַעס־וועבזײַט BuzzFeed. אַן אַנאָנימער עצה־געבער פֿון דער פּאַרטיי „ליכּוד‟, וועלכער פֿאַרנעמט זיך מיט דער וואַלן־קאַמפּאַניע, האָט דערקלערט דער דאָזיקער וועבזײַט, אַז אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן איז פֿאַראַן אַ גאַנצע נעץ נתניהוס שטיצער.

לויט די ישׂראלדיקע געזעצן, טאָר נישט אַ פּאָליטיקער באַקומען אַן אינדיווידועלע נדבֿה פֿון מער ווי אַרום 11,500 דאָלאַר. דרײַ פּראָמינענטע משפּחות פֿון אַמעריקאַנער געשעפֿטסלײַט האָבן געגעבן די גרעסטע סומעס. דער משפּחה פֿאַליק געהערן די קראָמען, וואָס פֿאַרקויפֿן די אָנשטײַערדיקע סחורה אין די פֿלאָרידער עראָפּאָרטן; די משפּחה בוק אין ניו־דזשערזי פֿירט אָן מיט אַ פֿירמע, וואָס לייגט פֿאָר באַדינונגען פֿאַר די אייגנטימער פֿון פּריוואַטע עראָפּלאַנען; די משפּחה שאָטענשטיין אין אָהײַאָ פֿאַרמאָגט אַ נעץ פֿון קליידער־קראָמען.

לויט די דאָקומענטן פֿונעם מלוכישן קאָנטראָלער־ביוראָ, האָבן אַ צאָל אַנדערע אַמעריקאַנער יחידים אויך מנדבֿ געווען די מאַקסימאַלע סומע, אַרײַנגערעכנט שלמה רײַכניץ פֿון לאָס־אַנדזשעלעס, ריטשאַרד הײַדעמאַן פֿון בעטעסדאַ, שטאַט מערילענד, דוד סימאָן פֿון אינדיאַנע און דזשאָן קרוגער פֿון ניו־דזשערזי. ס׳רובֿ נדבֿות זענען געקומען במשך פֿון די לעצטע צוויי חדשים פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר. אינמיטן דעם דאָזיקן פּעריאָד, אָנהייב דעצעמבער, האָט נתניהו גערופֿן צו באַזײַטיקן דעם פּאַרלאַמענט און דורכצופֿירן נײַע וואַלן.